ווארד: קיבאורד שארטקאט'ס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

צו סעלעקטן א גאנצן פייל מאכט מען קאנטראל A, ריכטיג? וויאזוי וועט זיין ווען איך וויל סעלעקטן בלויז א האלבע פייל? לאמיר זאגן, למשל, א פייל פון צען בלעטער און איך וויל סעלעקטן בלויז די ערשטע פינעף, וויאזוי מאך איך דאס? דאס זעלביגע, וויאזוי וועט זיין ווען איך וויל לאמיר זאגן סעלעקטן בלויז א האלבע פעידזש?

אויך וואלט איך זייער געוואלט וויסן, צי ס'איז דא ערגעץ א ליסטע וואס צייגט אן פונקטליך אלע שארטקאטס פון ווארד?

יישר כח למפרע
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

זארעכפעפער האט געשריבן:צו סעלעקטן א גאנצן פייל מאכט מען קאנטראל A, ריכטיג? וויאזוי וועט זיין ווען איך וויל סעלעקטן בלויז א האלבע פייל? לאמיר זאגן, למשל, א פייל פון צען בלעטער און איך וויל סעלעקטן בלויז די ערשטע פינעף, וויאזוי מאך איך דאס? דאס זעלביגע, וויאזוי וועט זיין ווען איך וויל לאמיר זאגן סעלעקטן בלויז א האלבע פעידזש?

אויך וואלט איך זייער געוואלט וויסן, צי ס'איז דא ערגעץ א ליסטע וואס צייגט אן פונקטליך אלע שארטקאטס פון ווארד?

יישר כח למפרע


Select text by holding down SHIFT and pressing the key that moves the insertion point. To select multiple areas that aren't next to each other, make your first selection, hold down CTRL, and then select any other items you want.

To extend a selection
SHIFT+RIGHT ARROW
One character to the right
SHIFT+LEFT ARROW
One character to the left
CTRL+SHIFT+RIGHT ARROW
To the end of a word
CTRL+SHIFT+LEFT ARROW
To the beginning of a word
SHIFT+END
To the end of a line
SHIFT+HOME
To the beginning of a line
SHIFT+DOWN ARROW
One line down
SHIFT+UP ARROW
One line up
CTRL+SHIFT+DOWN ARROW
To the end of a paragraph
CTRL+SHIFT+UP ARROW
To the beginning of a paragraph
SHIFT+PAGE DOWN
One screen down
SHIFT+PAGE UP
One screen up
CTRL+SHIFT+HOME
To the beginning of a document
CTRL+SHIFT+END
To the end of a document
ALT+CTRL+SHIFT+PAGE DOWN
To the end of a window
CTRL+A
To include the entire document
CTRL+SHIFT+F8, and then use the arrow keys; press ESC to cancel selection mode
To a vertical block of text
F8+arrow keys; press ESC to cancel selection mode
To a specific location in a document
F8
Turn extend mode on
F8, and then press LEFT ARROW or RIGHT ARROW
Select the nearest character
F8 (press once to select a word, twice to select a sentence, and so forth)
Increase the size of a selection
SHIFT+F8
Reduce the size of a selection
ESC
Turn extend mode off
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

From where did you copy this?p
לעצט פארראכטן דורך לאז געמאכט אום מיטוואך יאנואר 09, 2008 2:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

מייקראסאפט ווארד העלפ.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

יישר כח לחיים ולברכה, האסט מיר מיט די איינע העתקה אסאך ארויסגעהאלפן אין א געוויסן ענין.

איך קען דיר נישט באצאלן, אבער דער בוכ"ע וועט דיר האפנטליך באצאלן על כל הטוב, און ווען ער באצאלט ווייסטו דאך אליין איז סאך בעסער. אבער אן ארימער דאנק, געקלאפט מיט קנעפלעך, דאס קען איך דאך יא טאן, דעריבער: יהיו נא אמרינו ליישר כח לפני אדון חיים ברוך! (זארעך, מיינסט אז אלעמאל דארפסטו רעדן ווי באבע? רעדן און רעדן און רעדן. זאג יישר כח, ווי א מענטש, און גיי ווייטער!)
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

אמן ואמן, יעצט האבעך טאקע איינגעזעהן אז די אידן זענען גערעכט. איך האב 'גארנישט' געשריבן (נאר געקאפיעד) און זרח שרייבט מיר דא א ריזן שכח...
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

לחיים, איז דא א שארטקאט פאר די פעידזש בארדער ווינדאו? אדער צו סעיווען סעלעקטעד בארדערס?
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

בני היכלא האט געשריבן:לחיים, איז דא א שארטקאט פאר די פעידזש בארדער ווינדאו? אדער צו סעיווען סעלעקטעד בארדערס?


רבי, ליידער האבעך נישט פארשטאנען.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

ביי די format טעב, אז מ'גייט צו borders and shading, איז דא א טעב, page border, איך וויל וויסן אויב ס'איז דא אויף דעם א שארטקאט.

דארפסט נישט גיין זוכן, ארבעטסט דאך גענוג שווער, נאר אז דו ווייסט, אדער א צווייטער איד.
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

דריק ALT דערנאך O (נישט ZERO) דערנאך B דערנאך ALT P צוזאמען (מ'דארף זיך נאר צוגעוואוינען)

בקיצור "Alt O B then "Alt P

בני היכלא האט געשריבן:ביי די format טעב, אז מ'גייט צו borders and shading, איז דא א טעב, page border, איך וויל וויסן אויב ס'איז דא אויף דעם א שארטקאט.

דארפסט נישט גיין זוכן, ארבעטסט דאך גענוג שווער, נאר אז דו ווייסט, אדער א צווייטער איד.
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

לתועלת הענין, וויל איך מיט טיילן מיט די קרעטשמע מיטגלידער, א פאקט וואס קען זיין גאר בייהילפיג אין מייקראסאפט ווארד.

מען קען אויף יעדע פעולה וואס מען טוט אין ווארד, מאכן א שארטקאט מיט די קיבאורד, למשל SELECT ALL איז ביי דיפאולט קאנטראל + A, ווייל אויף רוב אפט-באנוצטע זאכן האט מייקראסאפט אליינס געמאכט שארטקאטס, אבער מען קען דאס טוישן, און מען קען צולייגן שארטקאטס.

למשל, אויב איינער האט אפען אסאך פיילס אויפאמאל, און ער וויל פארמאכן אלע אויף איינמאל, קען מען אנשטעלן אז למשל קאנטראל + F זאל פארמאכן אלע וכו' וכו'

די וועג ווי אזוי מען טוט דאס איז אזוי
מען גייט צו TOOLS
קליק אויף CUSTOMIZE
עס וועט ארויסקומען א באקסל, מיט אלע קאמענדס וואס ווארד האט, אונטן לעבן CLOSE איז דא א באקס KEYBOARD...
עס וועט ארויסקומען א באקס CUSTOMIZE KEYBOARD, מיט אלע קאמענדס וואס ווארד קען טוהן,
זוכסט אויף די קאמענד וואס דו ווילסט אויף דעם מאכן א קיבאורד שארטקאט, קליק דערויף, און אין די באקס וואס עס שטייט דערויף PRESS NEW SHORTCUT KEY לייג אריין וואס דו ווילסט.

מען קען מאכן קאנטראל מיט שיפט מיט ALT אויף איינמאל, מען קען מאכן נאר קאנטראל מיט נאך א קי, מען קען מאכן קאנטראל שיפט מיט נאך א קי, וכו' וכו', מען קען זיך ארומשפילן און אויסשטעלן ווי אזוי מען וויל

אויב איינער האט סיי וואסערע פראגע אין ווארד זאל ער פרעגן, און יאך וועל פרובירן צו העלפן
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

איך מיין דאס איז די פאסיגע אשכול צו אריינשטעלן מיין פראגע.

ביי דיפאלט האט ווארד א שארטקאט אז ווען מען דריקט CTRL[ ווערט די פאנט איין פאונט גרעסער, און ווען מען דריקטCTRL] ווערט די פאנט איין סייז קלענער.
אויף עפעס א וועג האט זיך מיין דיפאלט צומישט, און ווען איך דריק CTRL[ געשעט גארנישט. האב איך געוואלט וויסן, וואיזוי מאך איך צוריק אז איך זאל קענען דורך א שארטקאט מאכן מיינע פאנטס מיט איין סייז גרעסער.

א דאנק פון פאראויס.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

איך וועל דיר געבן דירעקשאנס פאר ווארד 07 (דאכט זיך מיר אז דאס נוצטו),

גיי צו ווארד אפשענס, דרוק אויף קאסטימייז, דאן וועסטו זען אינעם פענסטערל כמעט אונטן מער לינקס די ווערטער קיבאורד קאסטימייז מיט א קנעפל דערנעבן, דרוק דעם קנעפל וועט ארויסקומען א באקסל וואו דו קענסט אנשטעלן אלע שארטקאטס וואס דו ווילסט (מאך נאר זיכער אז דו נעמסט נישט אוועק אן אריינגעבויטע שארטקאט), דאן ביי די ליסט אינעם לינקן אפטיילונג (עס שטייט העכער דעם קאטאגאריעס) סקראל אראפ ביז All Commands, דאן גיי אינעם רעכטן אפטיילונג און זוך אויף GrowFontOnePoint סעלעקט עס און ביי ליידיגע קעסטל ווי מען קען אריינפילן די נייע שארטקאטס דרוק CTRL[ און דערנאך דרוק אונטן לינקס ASSIGN, פאר קלענער מאכן זוך אויף כנ"ל ShrinkFontOnePoint און טוה כסדר הנ"ל מיט CTRL], ובזה יבוא על נכון בעזהשי"ת.

--

פאר די פריערדיגע ווערסיעס פון ווארד, גייט אויבן ביי די טולבארס, מאכט א רעכטן קליק און קלויבט אויס קאסטימייז, אינעם קעסטל וואס קומט ארויס דרוקט אונטן קיבאורד שארטקאטס, און דאן איז עס בערך די זעלבע ווי אויבן.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

איך האב גראדע ווארד 03
איך האב עס געטרייט, און עס ארבעט. א גרויסן ישר כח.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

ב"ה אז עס ארבעט, בנוגע ווארד 07 האב איך מיך פארמישט איך האב נישט גוט גערעדזשיסטערד אין מח ווער עס האט געפרעגט די שאלה, איך האב געמיינט איך רעד צו אן אנדערע ניק וואס האט מיר אמאל געזאגט אז ער נוצט 07.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

לכאורה קומט עס דא, איך האב איצט געטראפן אין העלפ אז מען קען ארויספרינטן אלע שארטקאט קי'ס וואס איז דא אין ווארד, אפילו היימיש געמאכטע, דריק Alt F8 ביי macros in גיי צו word commands זיך אפיר ListCommands דריק ראן, דריקט current keyboard settings דריקט אויקעי. (איך רעדט אין ווארד 2007).
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

העכער זיבעציג! ;l;p-

איך ווייס שוין לאנג דערפון, איך זאג עס אפילו ביי די ווארד שיעורים, און יא ס'ארבייט ביי 2003 אויך

אז מזוכט ביי העלפ keyboard shortcuts
וועסטו טרעפן אין די ליסט Print a list of shortcut keys
http://office.microsoft.com/assistance/ ... pos=5&rt=2

סאיז מיר בכלל אייביג אינטערעסאנט געווען זיך ארומצושפילן דארט ביי די ווארד קאממענדס מעקרא'ס (אויף אייער אייגענע אחריות כמובן.. איך נעם מיך נישט אונטער צו פאררעכטן אייער קאמפיוטער...)
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אזא מאדנע מעשה, איך האב מיטגעמאכט מיט מיין קאמפיוטער, בקיצור מען האט אנגעפאנגן פון אלף, צוריק אינסטאלט אלע פראגראמען, איך וויל אנהייבן טייפן, איז מיר אויסגעקומען צו מאכן קאפי, פעיסט, אנדא, ואין קול ואין עונה, קיין איינע פון די זאכן ארבעטן נישט, בקיצור האב איך זיך דערמאנט פון די אשכול, און איך ראן די מאקרו, און קוק'טס די תוצאה, עפעס נישט נארמאל פארדרייט. אפי' פשוט צו סעיוון איז פארריקט. א מזל קאנטראל W ארבעט יא...

Command Name.doc
(190 KiB) געווארן דאונלאודעד 294 מאל

האט איינער שוין אמאל געהאט אזא זאך? גייט ריפערן אדער ריאינסטאלן פאררעכטן דאס? עמער פראבירן.

---
יעצט גייענדיג צו מאכן ריפער, כאפ איך זיך אז איך האב מיטבאקומען מיט מיין קאמפיוטער ווארד 10 סטארטער עדישן (ענגליש), און איך האב אים אינסטאלט נאכן אינסטאלן 07 פראפעשענעל פלאס, קען זיין דאס איז עס? עמער זען נאכן ריפערן.
---
יאפ, יעצט אנאינסטאלט און צוריק אינסטאלט (ריפערן האט נישט געהאלפן) און והנה אלעס ארבעט גוט. (איינער האלט דא מיט מיין שמועס? נו שוין, איך שרייב עס ממילא נאר אויב עס וועט זיין נוגע פאר איינעם אמאל).
אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1732
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארגארפיק »

איז דא א שארטקאט פאר SAFE AS
מודעה משמחת! נינידזשער (סטעיט פאליס) ראוד ספיד לימיט איז 55! שוין יאהרן לאנג....
[email protected]
אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1732
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארגארפיק »

ארבעט נישט
2010
מודעה משמחת! נינידזשער (סטעיט פאליס) ראוד ספיד לימיט איז 55! שוין יאהרן לאנג....
[email protected]
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

F12
...
אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1732
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארגארפיק »

א ריזיגע דאנק זיך שוין לאנג געמוטשעט
מודעה משמחת! נינידזשער (סטעיט פאליס) ראוד ספיד לימיט איז 55! שוין יאהרן לאנג....
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”