מעלדונג פון מייקראסאפט איבער אידישע פאנטס אין אפיס 2013/2016
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
מעלדונג פון מייקראסאפט איבער אידישע פאנטס אין אפיס 2013/2016
א גוט יאר טייערע חברים און ידידים,
ווי יעדער ווייסט, ארבעטן נישט אסאך אלטע פאנטס אויף ווארד 2013 און ווייטער, מיר האבן שוין גערעדט דערוועגן דא און נאך פילע פלעצער אויפן פארום.
מיר האבן זיך פארבינדן מיט מייקראסאפט און עס איז מעגליך אז זיי וועלן אונז ארויסהעלפן און דאס פארעכטן, אבער זיי ווילן האבן אביסל מער אינפארמאציע און דא קומט איר אריין אין דעם בילד.
מיר דארפן וויסן די פאלגענדע:
- בערך וויפיל באנוצער ווערן אפעקטירט איבער די אישו
- וויאזוי איר ספראוועט זיך דערמיט - וועט עס אייך אפהאלטן פון אפגרעידן צו א נייערע ווערסיע?
- בערך וויפיל פאנטס האט איר וואס זענען פראבלעמאטיש
ביטע קאמענטירן אין דעם אשכול און דאס ארומשיקן צו אייערע פריינט און באקאנטע, ווי מער מענטשן עס זענען אינוואלווד אלס א בעסערע שאנס אז דאס וועט פאראכטן ווערן.
עס דארף ארויסגעברענגט ווערן אז פאר מייקראסאפט איז דאס א ביזנעס באשלוס, אויב זיי קענען דערמיט באקומען גענוג נייע אדער אפגרעידינג קאסטומערס וועלן זיי עס פארעכטן.
[align=center]אכטונג אכטונג![/align]
מיר האבן געלייגט א ביטע ביי די אפיציעלע מייקראסאפט UserVoice וועבסייט פאר ווארד, דער עולם ווערט געבעטן צו וועלן פאר אונזער ביטע, אזוי אז זיי זאלן זעהן אז עס איז וויכטיג.
ביטע ארום שיקן צו פריינט אין באקאנטע, ווי מער מענטשן עס וועלן אלס א גרעסערע שאנס האבן מיר אז עס וועט פאראכטן ווערן.
דא איז די לינק
ביטע נישט שרייבן קיין נארישע קאמענטס אדער דאנק דארט, איר קענט שרייבן אז איר מוטשעט זיך דערמיט און ווארט אז מען זאל עס פארעכטן.
ביטע אויך נישט שפילן מיט די אייפי און אימעיל אדרעסן, זיי קענען זעהן אויב מען מאכט חכמות.
- מה פתאום???
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4402
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
- לאקאציע: עיה״ק צפת
- מילין_יקירין
- שר חמש מאות
- תגובות: 521
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 609
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2010 3:29 pm
- לאקאציע: האלעוויי ווען איך ווייס......
מיר אפגרעיטן נישט דערווייל אינזערע קאמפיוטערס ביי אונז און די ביזנעס ביז די פאנטס אישו גייט ווערן געסאלווד
מען רעד פון א שיינע פאר קאמפיוטערס
מען רעד פון א שיינע פאר קאמפיוטערס
אז מען רעד פון די מלאך קומט די ..........
[email protected]
[email protected]
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
- מה פתאום???
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4402
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
- לאקאציע: עיה״ק צפת
איך האב קיינמאל נישט קיין נערוון דורכצולויפן די ליסטע פון מיליאנען טויטע פאנטס כדי צוצוקומען צו די פאר גוטע וואס איך האב אינסטאלירט. וועגן דעם האב איך זיך איינגע'חזר'ט אפאר פאנטס וואס ארבעטן און זיי ניץ איך איבער און איבער.אייוועלט ארכיוו האט געשריבן:וויאזוי אפעקטירט עס דיר?
דו נוצט נייערע פאנטס אדער דו נוצט מער נישט די אלטע פאנטס?
אדער געבסטו דיך נישט אן עצה
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
אויפן לעפטאפ האב איך אפגרעידעד און עס ארבעט נישט, סאו באנוצט מען זיך מיט די נייע פאנטס, אבער אלע אלטע פיילס וואס מען האט געמאכט קען איך נישט עפענען אלעס איז צופלויגן און צופארן.
אויפן קאמפיוטער האב איך נישט אפגרעידעד וועגן די סיבה.
מען רעדט בערך פון 45 פאנטס וואס כ'פלעג רעגולער נוצן וואס ארבעטן נישט. (אנדערע האבעך ניטאמאל געטרייעט)
אויפן קאמפיוטער האב איך נישט אפגרעידעד וועגן די סיבה.
מען רעדט בערך פון 45 פאנטס וואס כ'פלעג רעגולער נוצן וואס ארבעטן נישט. (אנדערע האבעך ניטאמאל געטרייעט)
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3349
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am
דו ביזט מורא'דיג, אני הקטן, האב געהאט פון דיר א גרויסע טובת הנאה, בנוגע די פראבלעם מיט פאנטס, און יעצט זעה איך אז דו האסט באשלאסן, צו פיקסן די פראבלעם מן השורש, געדענק, ווען דו העלפסט אויף איינמאל אסאך מענטשן, איז אסאך מער ווערט ווי ווען דו העלפסט אפאר יחידים פערזענליך, כה לחי!
און יעצט תכלית, יא! איך האב אליין א מאשין וואס איך האב נישט געוואלט קויפן Word 2013 - 2016, וועגן די פראבלעמען וואס עס מאכט.
און נישט נאר דעס נאר איך ווייס פערזענליך אז אין די וויליאמסבורג געגענט, איז דא א פאר סטארס וואס פארקויפן קאמפיוטערס, "אפיס" נאר פון "2010", ווייל זיי עצה'נן יעדעם צו נעמען "2010" נאר וועגן די פראבלעם פון די פאנטס.
און דערפאר גלייב איך אז דו וועסט האבן א גרינגע פעלד צו טרעפן גענוג און נאך קאסטומערס אויף וואס דו קענסט ניצן זייער נאמען ביי די הויכע פענסטערס
און יעצט תכלית, יא! איך האב אליין א מאשין וואס איך האב נישט געוואלט קויפן Word 2013 - 2016, וועגן די פראבלעמען וואס עס מאכט.
און נישט נאר דעס נאר איך ווייס פערזענליך אז אין די וויליאמסבורג געגענט, איז דא א פאר סטארס וואס פארקויפן קאמפיוטערס, "אפיס" נאר פון "2010", ווייל זיי עצה'נן יעדעם צו נעמען "2010" נאר וועגן די פראבלעם פון די פאנטס.
און דערפאר גלייב איך אז דו וועסט האבן א גרינגע פעלד צו טרעפן גענוג און נאך קאסטומערס אויף וואס דו קענסט ניצן זייער נאמען ביי די הויכע פענסטערס
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3349
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am
אגב אז דו הייבסט אן צו האבן די גוטע קאנעקשענס מיט די הויכע פענסטערס, אפשר איז שוין געקומען די צייט זיי צו בעטן א זאך אויף וואס כלל ישראל קוקט ארויס מער ווי אויף די פאנטס (אפשר נישט די רבים, אבער די יחידים וואס דרוקן זיכער יא), און דאס איז, אז זיי זאלן פיקסן די גרויסע פראבלעמען וואס עס איז דא ביי ווארד לגבי אחינו בני ישראל,
למשל:
1. חלונות ביי ספרים.
2. נומבערס ביז די אלפי אלפים און אפשר רבבות, און יעצט גייט עס נאר ביז ת...
3. אפשר אויך סענטערעד ביים סוף (וואס אגב אינדעזיין האט יא!).
4. אפשר אויך די מעגליכקייט צו מאכן צוויי קאלומס ביי די פוטנאטס.
ועוד ועוד.
למשל:
1. חלונות ביי ספרים.
2. נומבערס ביז די אלפי אלפים און אפשר רבבות, און יעצט גייט עס נאר ביז ת...
3. אפשר אויך סענטערעד ביים סוף (וואס אגב אינדעזיין האט יא!).
4. אפשר אויך די מעגליכקייט צו מאכן צוויי קאלומס ביי די פוטנאטס.
ועוד ועוד.
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3349
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am
פאפיגיי האט געשריבן:איך האב אפגערעידעט צו 2013, פארלוירען רוב פאנט'ס (צענדעליגע אדער גאר הונדערטער), און צוריק דאונגרעידעד צו 2007, ווי אלעס [וואס האט אמאל געארבעט, שוין אויפגעגעבן אויף די גאר אלטע פון 2003 און נאך פריער] ארבעט ב''ה ווי בעפאר.
דו מוזט נישט צוריקגיין צו 2007, דו קענסט גיין צו 2010, יעדער איינער וואס קען זיך אביסול אויס, וועט דיר זאגן אז 2010 ארבעטן די פאנטס פונקט אזוי גוט, און פלוס דו באקומסט די מעלות וואס 2010 האט, ווי למשל, דו קענסט קאסטעמייזן די ריבאן, דו קענסט זעהן די פירוויאו פון די פאנטס ביי די פאנסט אפשען, און נאך אסאך
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3349
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am
- מילין_יקירין
- שר חמש מאות
- תגובות: 521
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm
ידיד כל חי האט געשריבן:אגב אז דו הייבסט אן צו האבן די גוטע קאנעקשענס מיט די הויכע פענסטערס, אפשר איז שוין געקומען די צייט זיי צו בעטן א זאך אויף וואס כלל ישראל קוקט ארויס מער ווי אויף די פאנטס (אפשר נישט די רבים, אבער די יחידים וואס דרוקן זיכער יא), און דאס איז, אז זיי זאלן פיקסן די גרויסע פראבלעמען וואס עס איז דא ביי ווארד לגבי אחינו בני ישראל,
למשל:
1. חלונות ביי ספרים.
2. נומבערס ביז די אלפי אלפים און אפשר רבבות, און יעצט גייט עס נאר ביז ת...
3. אפשר אויך סענטערעד ביים סוף (וואס אגב אינדעזיין האט יא!).
4. אפשר אויך די מעגליכקייט צו מאכן צוויי קאלומס ביי די פוטנאטס.
ועוד ועוד.
האלאו, דשאסט געוואלט זאגן, אז מייקי ווארד איז אויסדריקליך נישט געמאכט פאר פעידש לעיאוט און הוצאות ספרים... פאר די דאזיגע ברויך מען ניצן עדאובי אין דעזיין געהעריג ווי א מענטש.
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3349
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am
אענה על ראשון ראשון, ועל אחרון אחרון.מילין_יקירין האט געשריבן:האלאו, דשאסט געוואלט זאגן, אז מייקי ווארד איז אויסדריקליך נישט געמאכט פאר פעידש לעיאוט און הוצאות ספרים... פאר די דאזיגע ברויך מען ניצן עדאובי אין דעזיין געהעריג ווי א מענטש.
מייקראסאפט ווארד איז נישט אמת'דיג געמאכט צו דריקן ספרים, עס איז אמת, אבער נאך אלץ, ווען מען רעדט פון א פריוואטע מענטש וואס וויל ארויסגעבן א קונטרס פון חידושי תורה וכדומה, און ער איז נישט א מומחה אין אינדעזיין, איז קלאר אז ווארד איז באמת די פראקטישסטע פאר אים, סיי וויבאלד ער קען עס, און סיי ווייל עס איז די מערסטע פריינדליך ווען מען רעדט פון די גרינגקייט פון זיין לאעיט, און בדרך אגב, וועסט זיין סורפרייזט וויפיל קונטרסים און אפילו ספרים ווערן געמאכט אויף ווארד (פארשטייט זיך + המשלים, דווקא, וכדומה).
און דערפאר ווען עס זאל זיין א מעגליכקייט אז מייקראסאפט זאל עס צושטעלן, וועט עס זיין א מוראדיגע ישועה (פאר די וואס דארפן עס!).
יעצט בנוגע אינדעזיין, איך בין נישט פון די גרויסע מומחים, אבער וויפיל איך ווייס איז אינדעזיין אויך נישט בשלימות ווען עס קומט צו אויסשטעלן א אידישע ספר, און דערפאר איז דא די גוט באקאנטע (און אויך טייערע) פראגרעם "תג" אדער זיין צווילינג ברודער "רב-תג", און ווער עס וויל באמת אויסשטעלן א ספר דארף דאס ניצן, און ניצט דאס און נישט אינדעזיין, צא ובדוק.
חוץ פון דעם האט אינדעזיין 2 חסרונות, עס קאסט אסאך געלט (פארשטייט זיך לעגאלערהייט), און עס איז שווער זיך אויסצולערנען פאר דער וואס איז א מתחיל.