מעלדונג פון מייקראסאפט איבער אידישע פאנטס אין אפיס 2013/2016

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מומחה עצום

מעלדונג פון מייקראסאפט איבער אידישע פאנטס אין אפיס 2013/2016

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג יולי 24, 2016 9:21 am

בילד

א גוט יאר טייערע חברים און ידידים,

ווי יעדער ווייסט, ארבעטן נישט אסאך אלטע פאנטס אויף ווארד 2013 און ווייטער, מיר האבן שוין גערעדט דערוועגן דא און נאך פילע פלעצער אויפן פארום.

מיר האבן זיך פארבינדן מיט מייקראסאפט און עס איז מעגליך אז זיי וועלן אונז ארויסהעלפן און דאס פארעכטן, אבער זיי ווילן האבן אביסל מער אינפארמאציע און דא קומט איר אריין אין דעם בילד.

מיר דארפן וויסן די פאלגענדע:

- בערך וויפיל באנוצער ווערן אפעקטירט איבער די אישו

- וויאזוי איר ספראוועט זיך דערמיט - וועט עס אייך אפהאלטן פון אפגרעידן צו א נייערע ווערסיע?

- בערך וויפיל פאנטס האט איר וואס זענען פראבלעמאטיש

ביטע קאמענטירן אין דעם אשכול און דאס ארומשיקן צו אייערע פריינט און באקאנטע, ווי מער מענטשן עס זענען אינוואלווד אלס א בעסערע שאנס אז דאס וועט פאראכטן ווערן.

עס דארף ארויסגעברענגט ווערן אז פאר מייקראסאפט איז דאס א ביזנעס באשלוס, אויב זיי קענען דערמיט באקומען גענוג נייע אדער אפגרעידינג קאסטומערס וועלן זיי עס פארעכטן.

אכטונג אכטונג!

מיר האבן געלייגט א ביטע ביי די אפיציעלע מייקראסאפט UserVoice וועבסייט פאר ווארד, דער עולם ווערט געבעטן צו וועלן פאר אונזער ביטע, אזוי אז זיי זאלן זעהן אז עס איז וויכטיג.

ביטע ארום שיקן צו פריינט אין באקאנטע, ווי מער מענטשן עס וועלן אלס א גרעסערע שאנס האבן מיר אז עס וועט פאראכטן ווערן.

דא איז די לינק

ביטע נישט שרייבן קיין נארישע קאמענטס אדער דאנק דארט, איר קענט שרייבן אז איר מוטשעט זיך דערמיט און ווארט אז מען זאל עס פארעכטן.
ביטע אויך נישט שפילן מיט די אייפי און אימעיל אדרעסן, זיי קענען זעהן אויב מען מאכט חכמות.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » זונטאג יולי 24, 2016 10:11 am

איך האב אפגרעידעד און איך שאץ אויף ארום 150 פאנטס וואס ארבעטן נישט!

א גרויסן ייש"כ מומחה פארן נעמען די מיה! ס'איז אנבעליוועבל!

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג יולי 24, 2016 10:59 am

וויאזוי אפעקטירט עס דיר?
דו נוצט נייערע פאנטס אדער דו נוצט מער נישט די אלטע פאנטס?

אדער געבסטו דיך נישט אן עצה

אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 27, 2013 1:57 pm

תגובהדורך מילין_יקירין » זונטאג יולי 24, 2016 11:45 am

אפגרעידעט, אבער פארלוירן 200 פאנטס וואס האט מיר געקאסט געלט

פרידן
שר האלף
תגובות: 1741
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג יולי 24, 2016 12:06 pm

איך אפגרעיט נישט ווייל איך ווייס אז עס מאכט פראבלעמען מיט פאנדס

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » זונטאג יולי 24, 2016 12:06 pm

נישט אפגרעידעד מיינע 3 קאמפיוטערס, ווארטן מיר ביז עס ווערט פאראכטען

שאן הענרי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 05, 2015 2:40 pm

תגובהדורך שאן הענרי » זונטאג יולי 24, 2016 12:15 pm

פרידן האט געשריבן:איך אפגרעיט נישט ווייל איך ווייס אז עס מאכט פראבלעמען מיט פאנדס

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2528
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » זונטאג יולי 24, 2016 12:17 pm

איך האב אפגרעיטעד איין קאמפיוטער, אבער ס'ארבעט נישט,
און ניין, איך גיב מיר נישט קיין עצה...
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10634
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג יולי 24, 2016 12:21 pm

מיט די פאנטס האב איך מיר שוין אן עצה געגעבן, איך נוץ אזעלכע וואס ארבעטן יא, אבער די נקודות, איי די נקודות, געוואלדדדדדדד! איך ווער צופלאצט דערפון

יישר כח מומחה-עצום פארן נעמען די זאך אין די האנט אריין.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

נאר נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 3:29 pm
לאקאציע: האלעוויי ווען איך ווייס......

תגובהדורך נאר נייעס » זונטאג יולי 24, 2016 12:34 pm

מיר אפגרעיטן נישט דערווייל אינזערע קאמפיוטערס ביי אונז און די ביזנעס ביז די פאנטס אישו גייט ווערן געסאלווד
מען רעד פון א שיינע פאר קאמפיוטערס
אז מען רעד פון די מלאך קומט די ..........
onlynews11206@gmail.com

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16189
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג יולי 24, 2016 12:49 pm

גם אני בחלומינו, יא מיר האבן 2 קאמפיוטערס וואס ווארטן אויף א אפגרעיד, טאקע "בלויז" פאר 2 פאנטס, די איבריגע פרוביר מיר זיך אנייצע געבן אבער אסאך מאל איז עס אויך שווער
שכחייך!

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג יולי 24, 2016 12:51 pm

אויך אמאל זיך געמיטשעט אין ב"ה א עצה געגעבען איך געדענק נישט ווי אזוי,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » זונטאג יולי 24, 2016 1:17 pm

מומחה עצום האט געשריבן:וויאזוי אפעקטירט עס דיר?
דו נוצט נייערע פאנטס אדער דו נוצט מער נישט די אלטע פאנטס?

אדער געבסטו דיך נישט אן עצה

איך האב קיינמאל נישט קיין נערוון דורכצולויפן די ליסטע פון מיליאנען טויטע פאנטס כדי צוצוקומען צו די פאר גוטע וואס איך האב אינסטאלירט. וועגן דעם האב איך זיך איינגע'חזר'ט אפאר פאנטס וואס ארבעטן און זיי ניץ איך איבער און איבער.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג יולי 24, 2016 1:18 pm

אויפן לעפטאפ האב איך אפגרעידעד און עס ארבעט נישט, סאו באנוצט מען זיך מיט די נייע פאנטס, אבער אלע אלטע פיילס וואס מען האט געמאכט קען איך נישט עפענען אלעס איז צופלויגן און צופארן.

אויפן קאמפיוטער האב איך נישט אפגרעידעד וועגן די סיבה.

מען רעדט בערך פון 45 פאנטס וואס כ'פלעג רעגולער נוצן וואס ארבעטן נישט. (אנדערע האבעך ניטאמאל געטרייעט)
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » זונטאג יולי 24, 2016 3:20 pm

איך האב אויך 50-60 פאנטס וואס ארבעטען נישט,
אבער עס קוקט מיר אויס אז ביים ארוספרינטען ארבעטען יא אסאך פון דעם, (אבער א נייע צעטל מיט די פאנטס קען איך נישט מאכן ווייל איך זע נישט אויפן סקרין ווי אזוי עס גייט אויסקומען)
ישר כוח לאז וויסן פארן עולם ווען עס איז דא גוטע נייעס

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1646
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג יולי 24, 2016 3:31 pm

איך נוץ נישט מייקאראסאפט אפיס פאר אידיש, ביז עס וועט פארראכטן ווערן, עטליכע פראיעקטן האמיר געלייגט אין א זייט פארדעם.

אנ׳ערך פון פופציג זעכציג פאנטס זיכער, מסתמא מער
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
רשי הקטן
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2013 9:58 am
לאקאציע: אין קערידש

תגובהדורך רשי הקטן » זונטאג יולי 24, 2016 4:01 pm

איך האב נישט אפדעיטעד צו די נייע ןןערשאן ווייל עס האט נישט די אידישע פאנטס
צו וועם איך רעד נאר זאגט מיר אז ער ניצט נישט 13 וועגן די פאנטס
איך האב א פאלדער פון 3000 אידישע פאנטס, עס ארבייט בלויז 70 דערפון

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג יולי 24, 2016 4:06 pm

צו וויפיל מענטשן בערך האסטו גערעדט?

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג יולי 24, 2016 4:07 pm

ווער עס האט א ניק אויף פרוג ווערט פארבעטן צו פארשפרייטן די מעלדונג.

יישר כח

אוועטאר
פאפיגיי
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך פאפיגיי » זונטאג יולי 24, 2016 6:25 pm

איך האב אפגערעידעט צו 2013, פארלוירען רוב פאנט'ס (צענדעליגע אדער גאר הונדערטער), און צוריק דאונגרעידעד צו 2007, ווי אלעס [וואס האט אמאל געארבעט, שוין אויפגעגעבן אויף די גאר אלטע פון 2003 און נאך פריער] ארבעט ב''ה ווי בעפאר.
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.

ידיד כל חי
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 10:01 am

יישר כח "מומחה עצום"

תגובהדורך ידיד כל חי » זונטאג יולי 24, 2016 7:17 pm

דו ביזט מורא'דיג "מומחה עצום", אני הקטן, האב געהאט פון דיר א גרויסע טובת הנאה, בנוגע די פראבלעם מיט פאנטס, און יעצט זעה איך אז דו האסט באשלאסן, צו פיקסן די פראבלעם מן השורש, געדענק, ווען דו העלפסט אויף איינמאל אסאך מענטשן, איז אסאך מער ווערט ווי ווען דו העלפסט אפאר יחידים פערזענליך, כה לחי!
און יעצט תכלית, יא! איך האב אליין א מאשין וואס איך האב נישט געוואלט קויפן Word 2013 - 2016, וועגן די פראבלעמען וואס עס מאכט.
און נישט נאר דעס נאר איך ווייס פערזענליך אז אין די וויליאמסבורג געגענט, איז דא א פאר סטארס וואס פארקויפן קאמפיוטערס, "אפיס" נאר פון "2010", ווייל זיי עצה'נן יעדעם צו נעמען "2010" נאר וועגן די פראבלעם פון די פאנטס.
און דערפאר גלייב איך אז דו וועסט האבן א גרינגע פעלד צו טרעפן גענוג און נאך קאסטומערס אויף וואס דו קענסט ניצן זייער נאמען ביי די הויכע פענסטערס

ידיד כל חי
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 10:01 am

תגובהדורך ידיד כל חי » זונטאג יולי 24, 2016 7:19 pm

אגב אז דו הייבסט אן צו האבן די גוטע קאנעקשענס מיט די הויכע פענסטערס, אפשר איז שוין געקומען די צייט זיי צו בעטן א זאך אויף וואס כלל ישראל קוקט ארויס מער ווי אויף די פאנטס (אפשר נישט די רבים, אבער די יחידים וואס דרוקן זיכער יא), און דאס איז, אז זיי זאלן פיקסן די גרויסע פראבלעמען וואס עס איז דא ביי ווארד לגבי אחינו בני ישראל,
למשל:
1. חלונות ביי ספרים.
2. נומבערס ביז די אלפי אלפים און אפשר רבבות, און יעצט גייט עס נאר ביז ת...
3. אפשר אויך סענטערעד ביים סוף (וואס אגב אינדעזיין האט יא!).
4. אפשר אויך די מעגליכקייט צו מאכן צוויי קאלומס ביי די פוטנאטס.
ועוד ועוד.

און אז מען רעדט שוין:
"מומחה עצום" איז בגימטריה "חַ֝יִּ֗ים צְדָקָ֥ה וְכָבֽוֹד"
און עס דערמאנט מיר די פסוק: (משלי כא, כא) "רֹ֭דֵף צְדָקָ֣ה וָחָ֑סֶד יִמְצָ֥א חַ֝יִּ֗ים צְדָקָ֥ה וְכָבֽוֹד"!!!
זיי ממשיך!

ידיד כל חי
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 10:01 am

תגובהדורך ידיד כל חי » זונטאג יולי 24, 2016 7:30 pm

פאפיגיי האט געשריבן:איך האב אפגערעידעט צו 2013, פארלוירען רוב פאנט'ס (צענדעליגע אדער גאר הונדערטער), און צוריק דאונגרעידעד צו 2007, ווי אלעס [וואס האט אמאל געארבעט, שוין אויפגעגעבן אויף די גאר אלטע פון 2003 און נאך פריער] ארבעט ב''ה ווי בעפאר.

דו מוזט נישט צוריקגיין צו 2007, דו קענסט גיין צו 2010, יעדער איינער וואס קען זיך אביסול אויס, וועט דיר זאגן אז 2010 ארבעטן די פאנטס פונקט אזוי גוט, און פלוס דו באקומסט די מעלות וואס 2010 האט, ווי למשל, דו קענסט קאסטעמייזן די ריבאן, דו קענסט זעהן די פירוויאו פון די פאנטס ביי די פאנסט אפשען, און נאך אסאך

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג יולי 24, 2016 7:36 pm

נישט אפגרעידעד וועגן די פאנט אישו
כנוץ 2010
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

ידיד כל חי
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 10:01 am

תגובהדורך ידיד כל חי » זונטאג יולי 24, 2016 7:41 pm

מומחה עצום האט געשריבן:ווער עס האט א ניק אויף פרוג ווערט פארבעטן צו פארשפרייטן די מעלדונג.

יישר כח

זיי מסביר, וואס איז די גרויסע תורה צו האבן א ניק אין פרוג, דו מיינסט צו זאגן: אז אסאך ניקס זאלן עס פארשפרייטן, אדער דו זוכסט ממש סתם איינער וואס האט א ניק?


צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט