א פירוש וואס לויפט אויף די אונטערשטע טייל פונעם בלאט

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

א פירוש וואס לויפט אויף די אונטערשטע טייל פונעם בלאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסט גערעדט »

איך וויל אויסשטעלן א גרעסערע פייל, אז עס זאל לויפן מיט א פירוש אויף די אונטערשטע העלפט פון די בלאט. צב"ש אזוי ווי 'עין יעקב המבואר', 'מדרש רבה המבואר'. אדער די נייע 'חובות הלבבות' פון הוצאת שמע בני, אדער 'חובת התלמידים', וואס איז אויבן לשון הקודש און אונטן אידיש. איז דא א מעגליכקייט דאס צו מאכן אויף ווארד (2010)?

כ'וועל אויסשמועסן מיין ביז איצטיגע עקספיריענס מיט דעם;
א שטיקל מהלך וואלט געווען דורכ'ן מאכן טעקסט באקסעס אונטן פון די פעידזש, און עס לינקען פון איינס צום אנדערן. עס האט אבער פילע חסרונות; 1) א ווארד פייל מיט אסאך טעקסט באקסעס ארבעט זייער שטייט. 2) די טעקסט באקסעס טוהען כסדר אוועקשפרינגען פון פלאץ דורך סיי וואספארא שינויים מ'מאכט אין די עצם פייל, כידוע.

נאך א מהלך, דורך 'פוטנאוטס', אבער דאס איז אויך נישט קיין גענצליכע לעזונג. ווייל איך וויל קענען ביי יעדע בלאט באזונדער אנשטעלן ביי וועלכע ווארט פונקטליך עס זאל זיך אנהייבן די אונטערשטע פירוש, עס זאל שטימען מיט די אויבערשטע טייל. דאס איז א חוץ וואס כ'וועל דארפ'ן אריינלייגן פילע באהאלטענע 'פוטנאונטס סימנים' אינערהאלב דעם אייבערשטן טייל, וואס זיי קענען אומבאמערקט שנעל פארשוואונדן ווערן צוזאמען מיט די גאנצע פוטנאוט, ודו"ק. און נאך פילע פראבלעמען.

איך האב אויך 'מייקראסאפט פאבלישער', וואס איז לכאורה געמאכט פאר אזא זאך, ווייל ס'ארבעט אז מ'טייפט נאר אין טעקסט באקסעס דוקא, ממילא קען איך אויסשטעלן איין פעידזש כרצוני, און עס קאפיען עטליכע מאל, און דערנאך לינקען אלע אויבערשטע טעקסט באקסעס זה לזה, און דערנאך אלע אונטערשטע פאר זיך. [און דערנאך עדזשאסטן יעדע בלאט, אז ס'זאל שטימען די אנהייב פון די אונטערשטע 'פירוש' מיט דעם אויבערשטן 'פנים'].

נאר א שטיקל פראבלעם איז דא דערביי, אז דארט געבט ער נישט די אלע געשמאקע אפציעס פון דעם פארגעשריטענעם 'ווארד' פראגראם, וואס איז מיר זייער נוצליך. הגם מ'קען קודם טייפן אין ווארד, און דערנאך אריינפעיסטן אין 'פאבלישער', אבער כ'וויל דאך קענען מגיה זיין און פאררעכטן, און ס'שווער כסדר צו פיקסן אין ווארד און אריינשטעלן אין פאבלישער, כמובן.

האט אפשר איינער א בעסערע עצה?
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

תג, אדער אינדעזיין. עכ"פ ווארד זיכער נישט...
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

כלמעלה ועוד לקרא, אויב האסטו יעצט א מיסיע צו ארבעטן אויף די מדה פון סבלנות, גאו אהעד מיט ווארד, אבער אויב האסטו א מיסיע פון א ספר גיי גלייך צו תג אדער אינדערזיין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8782
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

מענין לענין.
איז דאס געזאגט געווארן אויך פאר דעם מחבר הספר? ד.ה. אויב דער מחבר וויל לייגן זיין טעקסט און אונטער דעם פוטנאוטס אין ווארד, איז דאס שווערער אריבערצוברנענגן אין תג/אינדעזיין? איז בעסער ער זאל האלטן אלעס אין צוויי סעפעראטע פיילס?
איז עפעס א אויפטוה פון אריינשטעלן די פוטנאוטס אויף די ריכטיגע פלעצער אין דעם פייל אליינס, אדער דער וואס וועט עס מסדר זיין אין תג וועט סייווי דאס דארפן איבערטוהן, ממילא איז דאס פונקט אזויווי לייגן די פלעצער פון די פוטנאוטס אויף א פרינטאוט, ביי האנט?
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

זיכער נישט, די מחבר הספר אויב וויל ער גרינגער מאכן פארן אויסשטעלער, איז די בעסטע יא צולייגן פוטנאוט'ס, און פראבירן זיך צו האלטן מיט די פארמעט, אז יעדע סארט זאך זאל האבן די זעלבע פארמעט [באלד, איטעליק, אנדערליין, סענטערט, רייט, וכו' וכדו']. לדוגמא אלע הויפט קעפלעך זאל זיין די און די סייז און פאנט און סענטערט, די אונטער קעפלעך זאלן זיין אן אנדערע סייז און רעכטס, וכדו', אבער זיך האלטן דערצו אז יעדע סוג זאל זיין די זעלבע, תן לחכם.
אוועטאר
טייפיסט
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2009 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייפיסט »

ערנסט גערעדט האט געשריבן:איך וויל אויסשטעלן א גרעסערע פייל, אז עס זאל לויפן מיט א פירוש אויף די אונטערשטע העלפט פון די בלאט. צב"ש אזוי ווי 'עין יעקב המבואר', 'מדרש רבה המבואר'. אדער די נייע 'חובות הלבבות' פון הוצאת שמע בני, אדער 'חובת התלמידים', וואס איז אויבן לשון הקודש און אונטן אידיש. איז דא א מעגליכקייט דאס צו מאכן אויף ווארד (2010)?

האט אפשר איינער א בעסערע עצה?

עס איז געמאכט אין תג
ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסט גערעדט »

ערנסט גערעדט האט געשריבן:איך וויל אויסשטעלן א גרעסערע פייל, אז עס זאל לויפן מיט א פירוש אויף די אונטערשטע העלפט פון די בלאט. איז דא א מעגליכקייט דאס צו מאכן אויף ווארד (2010)?

...א שטיקל מהלך וואלט געווען דורכ'ן מאכן טעקסט באקסעס אונטן פון די פעידזש, און עס לינקען פון איינס צום אנדערן. עס האט אבער פילע חסרונות; 1) א ווארד פייל מיט אסאך טעקסט באקסעס ארבעט זייער שטייט. 2) די טעקסט באקסעס טוהען כסדר אוועקשפרינגען פון פלאץ דורך סיי וואספארא שינויים מ'מאכט אין די עצם פייל, כידוע.

קודם א הארציגן יי''כ פאר אלע מגיבים. און אצינד;

איך האב אינסטאלירט אן 'עד-אין' אין ווארד, מיט'ן נאמען kutools , גענומען טאקע דא פונעם אייוועלטל
viewtopic.php?f=49&t=18905&hilit=kutools
דארט איז דא אן אפציע ביי טעקסט באקסעס אז מ'קען עס באהעפטן צום בלאט מיט א פארזיכערונגס שפילקע, ובלע''ז; pin to page , וואס לכאורה קען דאס דינען אלס א לעזונג צו דעם וואס די טעקסט באקסעס אנטלויפן כסדר פון זייער באשטימטן ארט.

וואס זאגט איר דערצו?
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!
שרייב תגובה

צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”