Control אפשען, ארבעט נישט אין ווארד

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פורים קטן
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 11:16 pm

Control אפשען, ארבעט נישט אין ווארד

תגובהדורך פורים קטן » זונטאג דעצמבער 13, 2015 12:38 pm

איך האב לעצטנס זיך איינגעהאנדלט א נייע לעפטאפ, אריינגעלייגט "ווארד 2007", אלעס ארבעט פיין ב"ה.
אבער ...
אסאך מאל, ארבעט נישט די "קאנטראל" אפשען, דהיינו, ctrl z, Ctrl x, וכדומה. (אין די זעלבע צייט ארבעט עס יא אין אנדערע פראגרעמ'ס, ד"ה אז די button איז נישט קאליע).
אסאך מאל ארבעט עס יא.
צו איז דא ערגעץ אין ווארד אן אפשען וואס דיס-עבלד דאס? צו קען מען עס צוריק שטעלן געהעריג?

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג דעצמבער 13, 2015 1:09 pm

דאס איז א באג פון ווינדאוס אפדעיט, טשעק וויפיל שפראכן דו האסט אויב האסטו מער ווי צוויי דאן נעם אלעס אראפ (לאז נאר ענגליש), ריסטארט און לייג צוריק היברו

אוועטאר
גאון הגאונים
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 23, 2015 7:53 pm

תגובהדורך גאון הגאונים » זונטאג דעצמבער 13, 2015 1:10 pm

פורים קטן האט געשריבן:איך האב לעצטנס זיך איינגעהאנדלט א נייע לעפטאפ, אריינגעלייגט "ווארד 2007", אלעס ארבעט פיין ב"ה.
אבער ...
אסאך מאל, ארבעט נישט די "קאנטראל" אפשען, דהיינו, ctrl z, Ctrl x, וכדומה. (אין די זעלבע צייט ארבעט עס יא אין אנדערע פראגרעמ'ס, ד"ה אז די button איז נישט קאליע).
אסאך מאל ארבעט עס יא.
צו איז דא ערגעץ אין ווארד אן אפשען וואס דיס-עבלד דאס? צו קען מען עס צוריק שטעלן געהעריג?

ג"א מצטרף מיטן זעלבן פראבלעם, גראדע וועקט ער זיך אמאל אויף און עס ארבעט אבער רוב מאל ארבעט עס נישט
(ביי אנדערע פראגרעם'ס ארבעט עס יא)

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג דעצמבער 13, 2015 1:25 pm

האט איר אפשר ביידע געקויפט אדער אקטיוויזירט ווארד וכו' ביים זעלבן מענטש?

אוועטאר
גאון הגאונים
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 23, 2015 7:53 pm

תגובהדורך גאון הגאונים » זונטאג דעצמבער 13, 2015 1:35 pm

די שפראכן איז נישט די פראבלעם כ'האב נאר ענגליש און היברו
איך גלויב נישט אז כ'האב אינסטאלט ביים זעלבן מענטש (כ'קאן נישט פורים קטן)

אוועטאר
גאון הגאונים
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 23, 2015 7:53 pm

תגובהדורך גאון הגאונים » זונטאג דעצמבער 13, 2015 1:36 pm

גראדע ביי מיר איז עס אן אלטע פראבלעם כ'האב שוין געהאט ביי צוויי קאמפיוטערס

אוועטאר
פורים קטן
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 11:16 pm

תגובהדורך פורים קטן » זונטאג דעצמבער 13, 2015 1:38 pm

וועל מיר פרובירן די עצה אי"ה, אולי יחוס...

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג דעצמבער 13, 2015 2:39 pm

גאון הגאונים האט געשריבן:די שפראכן איז נישט די פראבלעם כ'האב נאר ענגליש און היברו
איך גלויב נישט אז כ'האב אינסטאלט ביים זעלבן מענטש (כ'קאן נישט פורים קטן)

דאן פראבירט די FixIt פון מייקראסאפט

אוועטאר
יין המשומר
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 08, 2015 12:55 pm

תגובהדורך יין המשומר » זונטאג דעצמבער 13, 2015 2:56 pm

איך האב אויך דעם פראבלעם זינט איך האב אפגרעידעד צו ווינדאוס 10 (א זאך וואס כ'האב שוין טויזנט מאל חרטה...)

איך טו טאקע ווי מומחה זאגט, אנאינסטאלן די אידיש קיבארד און צוריקלייגן. די זאך איז נאר אז ווען איך אינסטאליר עס צוריק הייבט ער מיר אן פייניגן אז אין ארדער צו קענען אקטיוויזירן מיט די נייע אפדעיטס (מאן יימר אז איך נויטיג זיך יעצט אין אפדעיטס בכלל?) מוז איך ריסטארטן מיין פיסי, אז נישט וועלן די קאנטראל שארטקאטס ווייטער נישט ארבעטן. בלית ברירה מאך איך דעם ריסטארט (וואס נעמט א חשבון פון צען-פופצן מינוט) און אזוי ארבעט עס ב"ה ווייטער ביז עטליכע טעג שפעטער ווען עס קומט א נייע אפדעיט...

(ווינדאוס צען האט מיר קאליע געמאכט נאך עטליכע פראגראמען וואס ווערן פעלערהאפטיג ווי נאר ער וויל כ'זאל מאכן א סיסטעם אפדעיט. ערשט נאכן אפדעיט און ריסטארט ווערן די זאכן געשטעלט אין פלאץ)
יעדע מטבע האט 3 זייטן: 1. די זייט וואס דו זעסט. 2. די זייט וואס דיין צד שכנגד זעט. 3. די זייט [און דער אמת] וואס בלויז דער איינציגער באשעפער זעט.
די דריטע זייט קענסטו נישט זען - פרוביר כאטש צו זען די צווייטע זייט

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » זונטאג דעצמבער 13, 2015 3:53 pm

כ'האב געהאט דעם זעלבן פראבלעם ביי ווינדאויס 8.1, כ'געדענק נישט פונקטליך אבער "קנאפער ידען" מיינעך האט מיר געהאלפן.
עפעס ליגט מיר אין קאפ אנהייב א האלבע ישועה, איז געווען אז ווען כ'האב אנגעשטעלט די אינפוט לענגווידזש אונטן פון ENG צו "עבר" און נאכדעם אנגעצינדן ווארד איז אלעס געווען פיין.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
גאון הגאונים
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 23, 2015 7:53 pm

תגובהדורך גאון הגאונים » מיטוואך דעצמבער 16, 2015 8:28 pm

אינטערסאנט כ'געוואלט מאכן א מאקרוי האב איך געזען אז די אלע שארטקאט זענען פשוט נישט אינעם סיסטעם דריקנדיג CTRL A איז ארויף געקומען Unassigned במילא האב איך עס אריין געלייגט בתורת מאקרוי אין אלעס איז א מחי'

אוועטאר
גאון הגאונים
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 23, 2015 7:53 pm

תגובהדורך גאון הגאונים » זונטאג ינואר 10, 2016 3:05 pm

כ'פרוביר צו מאכן א מאקרוי אז undo זאל זיין ctrl z אבער מען קען נישט מאכן קיין undo אינמיטן ריקארדן א מאקרוי, איז דא אן עצה?

מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

תגובהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » מאנטאג ינואר 11, 2016 12:37 pm

גאון הגאונים האט געשריבן:
פורים קטן האט געשריבן:איך האב לעצטנס זיך איינגעהאנדלט א נייע לעפטאפ, אריינגעלייגט "ווארד 2007", אלעס ארבעט פיין ב"ה.
אבער ...
אסאך מאל, ארבעט נישט די "קאנטראל" אפשען, דהיינו, ctrl z, Ctrl x, וכדומה. (אין די זעלבע צייט ארבעט עס יא אין אנדערע פראגרעמ'ס, ד"ה אז די button איז נישט קאליע).
אסאך מאל ארבעט עס יא.
צו איז דא ערגעץ אין ווארד אן אפשען וואס דיס-עבלד דאס? צו קען מען עס צוריק שטעלן געהעריג?

ג"א מצטרף מיטן זעלבן פראבלעם, גראדע וועקט ער זיך אמאל אויף און עס ארבעט אבער רוב מאל ארבעט עס נישט
(ביי אנדערע פראגרעם'ס ארבעט עס יא)

גם אני מצטרף מיט׳ן זעלבע פראבלעם.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג ינואר 11, 2016 12:39 pm

ליינט מען טאקע נישט די פריערדיגע תגובות? זע וואס מומחה און יין המשומר האבן געשריבן.

אוועטאר
גאון הגאונים
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 23, 2015 7:53 pm

תגובהדורך גאון הגאונים » מאנטאג ינואר 11, 2016 1:20 pm

למעלה וואס איז מיט מיין תגובה? ליינסט עס נישט?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג ינואר 11, 2016 1:22 pm

די זעלבע ענטפער.

אוועטאר
גאון הגאונים
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 23, 2015 7:53 pm

תגובהדורך גאון הגאונים » מאנטאג ינואר 11, 2016 1:27 pm

גאון הגאונים האט געשריבן:די שפראכן איז נישט די פראבלעם כ'האב נאר ענגליש און היברו

גאון הגאונים האט געשריבן:אינטערסאנט כ'געוואלט מאכן א מאקרוי האב איך געזען אז די אלע שארטקאט זענען פשוט נישט אינעם סיסטעם דריקנדיג CTRL A איז ארויף געקומען Unassigned במילא האב איך עס אריין געלייגט בתורת מאקרוי אין אלעס איז א מחי'

גאון הגאונים האט געשריבן:כ'פרוביר צו מאכן א מאקרוי אז undo זאל זיין ctrl z אבער מען קען נישט מאכן קיין undo אינמיטן ריקארדן א מאקרוי, איז דא אן עצה?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג ינואר 11, 2016 1:54 pm

יין המשומר האט געשריבן:איך טו טאקע ווי מומחה זאגט, אנאינסטאלן די אידיש קיבארד און צוריקלייגן.


צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט