לעקציעס אויף ווארד אויף אידיש

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

לעקציעס אויף ווארד אויף אידיש

תגובהדורך ווארד » דינסטאג יוני 11, 2013 7:25 pm

שלום עליכם אלע טייערע אייוועלט חברים

ווי איר זעהט בין איך דא מיט א פרישקייט, כן יעזור ה' להלאה.

איך קלער אנצוהייבן דארט וואו אנדערע זענען אדורכגעפאלן, דהיינו מיט געבן לעקציעס אויף ווארד אויף אידיש. צו דאס זאל זיין געשריבענע, צו רעקארדירטע, איך ווייס נאך נישט גענוי וואו אנצופאנגען.

איך זאג נישט אז איך בין דער גרעסטער עקספערט אויף ווארד, ווייט נישט, אבער איך קען אסאך, און איך בין דא מיטצוטיילן מיטן עולם מיינע ידיעות, און איך וויל הערן אויב איך פארפעל עפעס, און איך בעט פון דעם ברייטן ציבור זאל מיר העלפן ארויסברענגען מיינע גוטע רצונות מן הכח אל הפועל.

אזוי אויך נעם איך זיך נישט אונטער אז איך וועל נישט אויפהערן נאך די ערשטע דריי שיעורים, אזוי ווי אנדערע פאר מיר האבן געטון :wink: אבער פרובירן דארף מען...

איך וויל מאכן בעז"ה איין שיעור אויפאמאל, און עס אדער ארויפלייגן דא אויף אייוועלט, אדער ארומשיקן אין אי-מעיל פאר ווער עס וועט דאס בעטן.

וואס איך וויל אבער פארדעם וויסן איז צוויי זאכן:
1. זענט איר אינטערסירט דערין?
2. אויף וועלכע נושא זאל זיין דער ערשטער שיעור? (עס מוז נישט זיין אין קיין שום סדר, איך וועל נעמען דעם נושא וואס אינטערסירט דעם עולם אממערסטענס)

איך ווארט אויף די רעאקציע פונעם ציבור, און לויט דעם וועט מען אויספלאנירן די קומענדיגע טריט.
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דינסטאג יוני 11, 2013 7:30 pm

זיכער זיכער איז מען אינטרעסירט! מיר דארפן אזוינע חברים ווי אייך דא אויפן וועלטל!
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

תגובהדורך היפאקריט » דינסטאג יוני 11, 2013 7:41 pm

זעהר אינטערעסירט! הערליך פון אייך, שערינג איז קערינג.
מערסט אינטערעסירט? מאמנטאל איז מיין גרעסטע אישו שרייבן ענגליש בתוה"ד, פארליר חשבון צו ער איז רייט טו לעפט אדער לטר
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
viewtopic.php?p=750174#p750174

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » דינסטאג יוני 11, 2013 8:24 pm

עס וואלט געווען א געוואלדיגע זאך!! הממממ ווי זאלסט אנהייבען? איך ווייס דיר נישט וואס צי זאגן, ווי די וועסט אהייבען וועל איך דיר מורא'דיג דאנקבאר זיין, ( איך קען באשטיין אז דער עולם זאל קענען מיינס א פראגרעם.....) עניוועי עס איז א מעסיוו איידיע אין וועט אסאך ציגעבען צים שוין אזוי אויך שיינעם וועלטעל...

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » מיטוואך יוני 12, 2013 12:14 am

איך בין זייער אינטערעסירט, פון מיין זייט זאלסטע אנהייבן מיט'ן מסביר זיין וואס ווארד איז, און וואס מ'קען אלץ טוהן מיט דעם.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מיטוואך יוני 12, 2013 12:22 am

שכוח ר' ווארד, כ'באמף אריין אין אסאך פראגן פון צייט צו צייט, יעצט אויפן מינוט הייב אן פון ווי ס'איז דיר באקוועם.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

ר' יצחק
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 06, 2013 3:44 am

תגובהדורך ר' יצחק » מיטוואך יוני 12, 2013 1:54 am

אדרבה.

אוועטאר
Silent
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:41 am

תגובהדורך Silent » מיטוואך יוני 12, 2013 12:20 pm

א דאנק פון פאראויס!

1) יא כ'בין אינטערסירט, און לייג עס דא אויפן וועטעל, אז נישט וועט עס פארלוירן ווערן אינדערמיט, און ס'וועט נשט האבן קיין המשך, און מער פון אלעם דארפסטו דאך פון ערגעץ נעמען גאזאלין :lol:

2)כ'גלייב אז רוב עולם דא נוצט נישט ווארד אויף דעילי בעסיס, איז די בעסטע אנצוהייבן מיט אינטערסאנטע טיפס און טריקס וואס קען פאר 'יעדן' צונוצקומען, אויסער אויב דו ביסט זיך מסדר פון אנהייב מיט עטליכע שיעורים קענסטו גיין אין א רייע וכדו'

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » מיטוואך יוני 12, 2013 1:41 pm

איך זעה אז דער ציבור רופט זיך ווארעם אן, אבער דערווייל איז נישטא קיין איין גוטער געדאנק, דערפאר טראכט איך אנצוהייבן מיט בעסיק אויסשטעלן טעקסט, דאס הייסט איבערצוגיין א חלק פון די בעסיק סעטינגס וואס געפונען זיך אין די HOME טעב, און אין די PAGE LAYOUT טעב'ס.
איך וועל נאך ווארטן ביז היינט אין אוונט צו הערן פון דעם ציבור, און היינט ביינאכט אדער מארגן צופרי וויל איך אנהייבן אנגרייטן דעם ערשטן שיעור בעז"ה.

אינאיינוועגס וויל איך געבן קרעדיט פאר "למעלה" וואס האט מיר געגעבן רשות זיך צו באנוצן מיט זיינע שיעורים וואס ער האט אמאל אנגעהויבן צו שרייבן.
----------------------
משזר האט געשריבן:איך בין זייער אינטערעסירט, פון מיין זייט זאלסטע אנהייבן מיט'ן מסביר זיין וואס ווארד איז, און וואס מ'קען אלץ טוהן מיט דעם.

קודם זאג דו מיר וואס דו מיינסט אז מען קען "נישט טון" אויף ווארד...

מען קען כמעט אלעס טון אויף ווארד, נאר טייל זאכן זענען פשוט, און טייל זאכן זענען קאמפליצירט.
גראדע האב איך שוין אנגעהויבן שרייבן א קורצער אריינפיר איבער דעם נושא "וואס איז ווארד", אבער "וואסער קאמפיוטער" (דער-פאקט) האט נישט געוואלט געבן קיין פולשטענדיגע הסכמה צו וואס איך שרייב דארט, ממילא וועל איך ענדערש האלטן דאס מויל, און רעדן מער איבער "וואס קען מען טון אין ווארד" ווי איבער "וואס איז ווארד"...
----------------------
Silent האט געשריבן:2)כ'גלייב אז רוב עולם דא נוצט נישט ווארד אויף דעילי בעסיס, איז די בעסטע אנצוהייבן מיט אינטערסאנטע טיפס און טריקס וואס קען פאר 'יעדן' צונוצקומען, אויסער אויב דו ביסט זיך מסדר פון אנהייב מיט עטליכע שיעורים קענסטו גיין אין א רייע וכדו'


דו האסט גראדע א גוטע געדאנק, אבער נישט דאס איז מיין ציל, און סיי ווי ווען עס קומט צו טיפס און טריקס ווייס איך אויך נישט וואו אנצוהייבן... און דאס איז אויסער דעם וואס א זאך וואס איך מיין אז עס איז פשוט קען אמאל זיין ביי אנדערע א טריק, און פארקערט די זעלבע.
פארט אויב נאך ניקס וועלן זיך צושטעלן צו דיין מיינונג, וועל איך פרובירן אהערצושטעלן אזא סארט שיעור.

אגב, איך גלייב אז רוב עולם נוצט "יא" ווארד...
-----------------------------
היפאקריט האט געשריבן:זעהר אינטערעסירט! הערליך פון אייך, שערינג איז קערינג.
מערסט אינטערעסירט? מאמנטאל איז מיין גרעסטע אישו שרייבן ענגליש בתוה"ד, פארליר חשבון צו ער איז רייט טו לעפט אדער לטר


עס קומט אויס אסאך מאל אין ווארד אז מען דארף ארומטוישן פון רעכטס צו לינקס אדער פארקערט, אבער יעדע מאל איז דאס ביי א אנדערע זאך, צו דאס איז ביי די פעידזש לעיאוט, צו דאס איז ביי קאלום'ס צו דאס איז ביי טעקסט, און יעדע זאך איז א סעטינג פאר זיך.

דו האסט א פרטיות'דיגע פראבלעם, וואס מען קען דעקן אינמיטן א לעקציע, אבער קיין באזונדערע לעקציע דערויף קען מען נישט געבן.

דו דארפסט טון אזוי:
1. איינשטעלן דיין סעטינג אויבן אין די HOME טעב (אויף ווארד 07' און ווייטער) אז די דיירעקשאן פון די טעקסט זאל זיין רעכטס צו לינקס (אדער פארקערט) [זוך פאר דעם אייקא"ן וואס דו זעסט אונטן אויף דעם בילד, מיש נישט אויס מיט די "אליינמענט" סעטינג וואס ליגט העכער דעם, אויף דעם בילד איז די טעקסט דיירעקשאן אנגעשטעלט אויף ענגליש, און עס איז "אויך" אנגעשטעלט צו זיין אויסגעגלייכט (אלייענד) ביי די לינקע זייט].
Pharagraph tab.png
Pharagraph tab.png (3.91 KiB) געזעהן 3459 מאל
2. אינמיטן שרייבן ווען דו ווילסט טוישן צו די אנדערע שפראך זאלסטו "נאך" א ספעיס דרוקן ALT+SHIFT, און דאס וועט טוישן די שפראך פון אידיש צו ענגליש (אדער פארקערט).
3. שרייב וואס דו דארפסט שרייבן אין די אנדערע שפראך.
4. ווי נאר דו ביזט פארטיג מיט די לעצטע ווארט וואס דו ווילסט שרייבן אויף די אנדערע שפראך (אויב עס איז נאר איין ווארט דאן גלייך נאך יענע ווארט) נאך "פאר" דו מאכסט דעם ספעיס, טויש צוריק צו די פריערדיגע שפראך דורך נאכאמאל דרוקן ALT+SHIFT.
5. יעצט קענסטו ווייטער טייפן אן קיין פראבלעמען.

אויב דו האסט נאך פראבלעמען רוף זיך אן (האפנטליך וועט נאך אויסקומען צו רעדן דערוועגן במשך די שיעורים, לויטן יעצטיגן פלאן קען זיין אז איך וועל עס דערמאנען אינמיטן דעם ערשטן שיעור).
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך יוני 12, 2013 1:48 pm

גם אני מצטרף! אוודאי וואלט געווען א תועלת גדול זאלסט שרייבן שיעורים אין ווארד.

לגבי מיט וואס אנצוהויבן, מיין איך אז דיין געדאנק איז א גוטער.

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מיטוואך יוני 12, 2013 1:51 pm

יישר כח הרב ווארד! איר זענט א צדיק פון א ניק!
האו עבאוט א שיעור אין VBA מעקרא'ס אין ווארד? שוין לאנג וואס איך וואלט געוואלט זעהן א קלארע געשריבענע גייד וויאזוי צו ארבעטן דערמיט פאר אידישע זאכן, און איידיעס וואס מ'קען אלס טון דערמיט.
לעצט פאראכטן דורך תרנגול אום מיטוואך יוני 12, 2013 1:51 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

תגובהדורך גלייכגילטיג » מיטוואך יוני 12, 2013 1:51 pm

ייייעעעייי!! א מחיה! איך ווארט שוין לאנג אויף אזאלכע לעקציעס. איך שארף שוין אויס מיינע אויערן. הייב אן וואו דו ווילסט. איך וועל דיר שטארק מכיר טובה זיין.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך יוני 12, 2013 1:55 pm

קודם א דאנק אייך ווארד פארן זיך נעמען דערצו.

איך מעג עפעס צו לייגן?

וועגן רייט-טו-לעפט, ענגליש/אידיש, איז אזוי ס'איז כדאי זאלסט אנשטעלן די דיפאלט לויט די שפראך וואס די גייסט בעיקר ניצן ווארד, און אויך איז כדאי צו אנשטעלן אז ער זאל אטאמאטיש טוישן שפראך לויט וואס מען האט געשריבן.

די ערשטע זאך קענסטו טרעפן אין מיין ס'איז די לעצטע שורה אין די Paragraph אפטיילונג. די צווייטע זאך מיין איך דאס.
צוגעלייגטע
רייט-טו-לעפט.JPG

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » מיטוואך יוני 12, 2013 2:13 pm

תרנגול האט געשריבן:יישר כח הרב ווארד! איר זענט א צדיק פון א ניק!
האו עבאוט א שיעור אין VBA מעקרא'ס אין ווארד? שוין לאנג וואס איך וואלט געוואלט זעהן א קלארע געשריבענע גייד וויאזוי צו ארבעטן דערמיט פאר אידישע זאכן, און איידיעס וואס מ'קען אלס טון דערמיט.

איך קען עס ליידער נישט... :-(
איך האב גראדע שוין אפאר מאל עס געוואלט אנהייבן צו קענען (מייקראסאפט האט זייער רייכע העלפ דערויף), אבער איך בין נישט אנגעקומען, דערווייל בין איך פארנומען מיט זאכן וואס זענען וויכטיגער פאר מיר (וו.צ.ב. ווארד, תג, און אין-דיזיין), לויט ווי איינער שרייבט ערגעץ אנדערש, איז דאס נישט קיין צו שווערע זאך, און אויב עס איז טאקע אזוי וועל איך עס נאך מן הסתם איין טאג זיך צולערנען, אבער דערווייל קען איך עס נישט.

אלע מיינע שיעורים וועלן זיין פון די אפציעס וואס "ווארד" שטעלט צו, איך וועל נישט אויסלערנען קיין זאכן צו וועלכע מען דארף קענען VBA, פאר געשריבענע מעקרא'ס וועט מען דערווייל מוזן קומען דא אויף אייוועלט שנארן...
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

תגובהדורך היפאקריט » מיטוואך יוני 12, 2013 2:15 pm

געוואלדיג! א דאנק אייך ביידע
קען מען לייגן נִיקוּד אין ווארד?
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
viewtopic.php?p=750174#p750174

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מיטוואך יוני 12, 2013 2:18 pm

היפאקריט האט געשריבן:געוואלדיג! א דאנק אייך ביידע
קען מען לייגן נִיקוּד אין ווארד?

וואס איז די שאלה בכלל?
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » מיטוואך יוני 12, 2013 2:20 pm

עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » מיטוואך יוני 12, 2013 7:30 pm

אלזו, איך נעם אן אז דער עולם איז צופרידן מיט דעם געדאנק אנצוהייבן מיט די בעסיק'ס פון אויסשטעלן טעקסט און פעידזש לעיאוט.
איך וועל אי"ה היינט אנהייבן אנגרייטן דעם שיעור, און איך האף צו זיין פארטיג ביז צוויי דריי טעג.

פון מיין זייט וואלט איך זייער הנאה געהאט אויב דער עולם וואלט ארויפגעלייגט ליסטעס פון נקודות און אפציעס וואס דארפן לויט זייער מיינונג בארירט ווערן אין דעם שיעור, ווייל אליינס קען איך פארגעסן אדער אויסלאזן פארשידענע וויכטיגע נקודות.

דערווייל וועל איך ארויפלייגן די שיעורים אויף פי.די.עף. פארמאט (געשריבן אין "ווארד" פארשטייט זיך...), און אויב דער עולם וועט זיין צופרידן וועל איך נאך די ערשטע פאר שיעורים בעז"ה גיין ווייטער מיטן פרובירן אהערצושטעלן רעקארדירטע שיעורים אויך.
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך יוני 12, 2013 11:02 pm

אולי גוט אויסשמועסן די אפציעס פון line spacing, ווען ס'לוינט צו נוצן וואס, אז ס'זאל שיין צייגן פארן אויג סיי די לעדינג און סיי די סייז פון פאנט וכו'.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך יוני 12, 2013 11:20 pm

דאס איז טייפאגראפי, דאס האט מיט עקספיריענס.

אוועטאר
Silent
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:41 am

תגובהדורך Silent » דאנארשטאג יוני 13, 2013 11:29 am

ווארד האט געשריבן:אגב, איך גלייב אז רוב עולם נוצט "יא" ווארד...

כ'האב נישט געמיינט אז מען נוצט נישט קיין ווארד, כ'מיין אז מ'קען עס נישט עפעס עקסטער, איז אז דו וועסט אנהייבן שרייבן פון מעקראס, און נקודות וכדו' וועט עס זיין אינטערסאנט נאר פאר די וואס נוצן עס אסאך טאג-טעגליך, שרייב זאכן וואס וועט זיין אינטערסאנט פאר יעדן.

ווען כ'מאך צוויי קאלומס וועט עס אלץ גיין קודם אין די לינקע קאלום, אפילו ווען עס איז אנגעשטעלט פון רעכטס צו לינקס, מסתם איז דא אן עקסטערע סעטינגס אויף קאלום'ס,

נאכאמאל א דאנק.

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » דאנארשטאג יוני 13, 2013 12:27 pm

איך האב שוין אנגעהויבן אנגרייטן דעם שיעור אויף די בעסיק'ס פון אויסשטעלן טעקסט און פעידזש לעיאוט, איך האף אז סיילענט וועט זיין צופרידן.
די קאלומ'ס דארף מען עקסטער אנשטעלן וועלכע וועג עס זאל גיין, ביי דיפאולט גייט עס געווענליך פון לינקס צו רעכטס, איך געדענק נישט יעצט אויף די רגע אויב און וויאזוי מען קען טוישן דעם דיפאולט.
דו דארפסט פון די קאלומ'ס מעניו, אויסקלייבן MORE COLUMNS.
Column Menu.png
Column Menu.png (13.82 KiB) געזעהן 3282 מאל
אין די ווינדאו וואס עפענט זיך איז דא א אפשען צו טוישן פון רעכטס צו לינקס.
Column Window.png


------------

און איבער וויאזוי צו ארבעטן מיט ליין ספעיסינג, קען איך אביסל מסביר זיין פארוואס יעדע זאך איז געמאכט, אבער עס צו קענען נוצן ריכטיג, אז עס זאל שיין צייגן, דאס ווענדט זיך בעיקר אין די אייגענע ערפארונג אזוי ווי למעלה האט שוין געזאגט.
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

אוועטאר
Silent
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:41 am

תגובהדורך Silent » פרייטאג יוני 14, 2013 9:30 am

שכח! שוין צונוצגעקומען

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » פרייטאג יוני 14, 2013 12:19 pm

איך וואלט געקענט נוצן א שיעור וועגן FOOTNOTES, בעיקר ווען איך נוצ 2 קאלומס.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » פרייטאג יוני 14, 2013 1:07 pm

מיט פאטנאוט'ס קען מען נישט צופיל דרייען, אויב האסטו צוויי קאלום'ס אין די טעקסט "וועלן די פאטנאוט'ס זיין צוויי קאלום'ס". ווי ווייט איך ווייס, און וויפיל מאל מען האט שוין גערעדט דערוועגן דא אויף אייוועלט, קען מען עס נישט מאכן אנדערש (נאר מיט פאלשע פאטנאוט'ס). און דו ביזט אויך נישט בעל הבית ווי הויך די פאטנאוט'ס אין יעדע קאלום זאל זיין.
אין איין ווארט, וואס אנבאלאנגט די פאטנאוט'ס ווערן די קאלום'ס באטראכט פונקט ווי זיי וואלטן געווען צוויי באזונדערע בלעטער.
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל


צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט