מייקראסאפט ווארד ווידעא לעסאנס אין אידיש

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 9:37 am

דער מיני טולבער איז טאקע געפערליך, ס'האט מיר גענומען היבש צייט ביז כ'האב מיר צוגעוואונט, און ביי דאן האב שוין לאאנג נישט גענוצט ווארד... (כ'האב עס נישט געוואלט דיסעיבלען, היות כ'פרוביר מיר צוצוגעוואונען צו נייע זאכן ווי ווייט מעגליך, היות ס'דאך למעשה געמאכט "בעסער".)
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » פרייטאג אוגוסט 05, 2011 1:31 am

איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז מען קען מאכן אין ווארד אן עקסעל טיפ פארמולא. דהיינו אויב שרייבט מען אין ווארד ()RAND= קומט ארויף סתם טעקסט זיך צו קענען ארומשפילן דערמיט.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » פרייטאג אוגוסט 05, 2011 1:33 am

אויך נישט געוואוסט אז ווען מען דרוקט קאנטראל בשעתן סלעקטן, ווערט סעלעקטעט די גאנצע זאץ.

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » פרייטאג אוגוסט 05, 2011 4:22 am

די טיסט א געוואלדיגע זאך מיטן העלפען אזויפיל אידן,

קיפ איט אפ,

איי קענט וועיט פאר די נעקסט לעסאן
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » פרייטאג אוגוסט 05, 2011 12:13 pm

הרב בר בי רה, איז אין פלאן ממשיך צו זיין אויך מיט עקסעל?

בר בי רב
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2011 3:23 pm

תגובהדורך בר בי רב » פרייטאג אוגוסט 05, 2011 1:43 pm

קודם וויל איך ענדיגן מיט ווארד.

בעזר הוי"ה וועל איך נאכדעם גיין צו עקסעל ועוד.

וואספארא פנים האט עס צו קענען עקסעל אז מען קען נישט קיין ווארד?
לערנט אייך מייקראסאפט ווארד - אידישע ווידעא לעסאנס
yiddishtutor.blogspot.com

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » פרייטאג אוגוסט 05, 2011 4:31 pm

לדעתי איז עקסעל פיל מער וויכטיגער צו קענען ווי ווארד.

אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

תגובהדורך באגי מען » פרייטאג אוגוסט 05, 2011 4:33 pm

וואס איז וויכטיגער צו קענען אלף בית, חומש און משניות וכו', אדער גמרא תוס', שו"ע וכו'?

זיכער אז גמ' תוס' און שו"ע כדי לידע את המעשה אשר יעשון. אבער כדי צו קענען גמרא תוס' און שו"ע מוז מען קודם לערנען אלף בית און חומש און משניות וכו', דאס זעלבע דא.

אוועטאר
סמארט
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 05, 2011 10:50 am
לאקאציע: נו.... גילוי!!

תגובהדורך סמארט » פרייטאג אוגוסט 05, 2011 6:18 pm

א גרויסן דאנק אייך בר בי רב פאר אייער טירחא צאמצושטעלן די אלע לעסענס, א מחיה צו האבן אזאנס אויף אזא היימישע פארנעם, דא און דארט היפשע חידושים ארייגענאשט, און זיכער וועל איך עס רעקעמענדען פאר מיין חבר וואס קען ניטאמאל די אלף בית פון ווארד, קיפ איט קאמינג!
It’s so simple to be SMART, Just think of something stupid to say and then don’t say it

בר בי רב
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2011 3:23 pm

תגובהדורך בר בי רב » זונטאג אוגוסט 07, 2011 3:59 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:לדעתי איז עקסעל פיל מער וויכטיגער צו קענען ווי ווארד.


ביסט גערעכט – אויפריכטיג – עקסעל איז טאקע וויכטיגער ווי ווארד.

איך האב אבער גערעדט אין א פאל ווען איינער גייט צו א דזשאב אינטערוויו און ער זאגט אז ער קען עקסעל און מ'הייער'ט אים פאר די דזשאב. וואספארא פנים וועט ער האבן אז מ'וועט אים הייסן אין אפיס טון עפעס אין ווארד און דער אינגערמאן וועט אנשטעלן צוויי קעלבערנע אויגן?
לערנט אייך מייקראסאפט ווארד - אידישע ווידעא לעסאנס
yiddishtutor.blogspot.com

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » זונטאג אוגוסט 07, 2011 4:18 pm

אמת, מען דארף קענען די אלף בית פון ווארד, כדי צו קענען ארבעטן דערויף. אבער די אלע פארגעשריטענע שארטקאטס און טריקס איז נישט צו שטארק וויכטיג אז מען זאל זיך דערויף קאנצעטרירן א לענגערע צייט דאס צו לערנען. עס איז א שאד די צייט.
אויב איינער קען נישט שרייבן עטליכע ווערטער אויף ווארד, דאן מן הסתם ווייסט ער ניטאמאל וויאזוי מען עפענט א קאמפיוטער, נו, אפשר זאל מען מאכן לעסאנס אויף דעם אויך, ווער ווייסט, אפשר טאקע....

בר בי רב
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2011 3:23 pm

תגובהדורך בר בי רב » זונטאג אוגוסט 07, 2011 7:26 pm

איך האב ארויפגעלייגט צוויי נייע לעסאנס אויפ'ן סייט http://yiddishtutor.blogspot.com

הצלחה
לערנט אייך מייקראסאפט ווארד - אידישע ווידעא לעסאנס
yiddishtutor.blogspot.com

בר בי רב
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2011 3:23 pm

תגובהדורך בר בי רב » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2011 12:37 pm

איך האב יעצט ארויפגעלייגט נאך א לעסאן אויפ'ן סייט.

http://www.yiddishtutor.blogspot.com

קוקט און האט הנאה -- קאמענטארן און קריטיק זענען וועלקאם.
לערנט אייך מייקראסאפט ווארד - אידישע ווידעא לעסאנס
yiddishtutor.blogspot.com

אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

תגובהדורך באגי מען » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2011 12:49 pm

ווען למשל קומט אויס אז מען זאל דארפן נוצן א נעגעטיוו אינדענטקעישאן אז ס'זאל אריינפארן אין די מארדזשין'ס?

בר בי רב
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2011 3:23 pm

תגובהדורך בר בי רב » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2011 1:26 pm

באגי מען האט געשריבן:ווען למשל קומט אויס אז מען זאל דארפן נוצן א נעגעטיוו אינדענטקעישאן אז ס'זאל אריינפארן אין די מארדזשין'ס?


איך ווייס נישט -- איך האב עס נאך קיינמאל נישט גענוצט.

קען זיין אמאל פאר אן ארטיסטישן עפעקט קען עס גענוצט ווערן.
לערנט אייך מייקראסאפט ווארד - אידישע ווידעא לעסאנס
yiddishtutor.blogspot.com

אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

תגובהדורך באגי מען » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2011 1:36 pm

פון דעם האט איר נישט גערעדט אז מ'קען מיטן מייזל אויך אריינרוקן די גאנצע פערעגראף רעכטס אדער לינקס, ביים ראלער.

(ביים שיעור פון סעלעקטן טעקסט מיין איך האט איר אויך נישט אנגערירט די נקודה פון סעלעקטן דורכ'ן מייזל, דהיינו ווען מען גיט א דאבל-קליק אין א פערעגראף ווערט יענע ווארט סעלעקטעט, און ווען מען טריפל-קליקט ווערט די גאנצע פערעגראף סעלעקטעט).

---

איז שייך אנצושטעלן אז ווען מ'ריקט רעכטס אדער לינקס די פערעגראף דורכן אויבערשטן טאל-באר זאל עס נישט גיין פער האלבע אינטש מיט יעדן קליק, נאר א אנדערע מאס? אדער דאן מוז מען אריינגיין אינעם באקסל און דארט אריינלייגן די נומער כאוות נפשו?

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2011 1:47 pm

קוועטש אָלט בשעת'ן דרעעגען.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

בר בי רב
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2011 3:23 pm

תגובהדורך בר בי רב » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2011 1:56 pm

האניג האט געשריבן:קוועטש אָלט בשעת'ן דרעעגען.


דאס העלפט נישט ווען מען נוצט די צוויי קנעפליך אויפ'ן ריבאן.

איך ווייס נישט פון א וועג וויאזוי מ'קען טוישן די דעפאלט ביהעוויאר פון די צוויי קנעפליך.

אינעם נעקסטן לעסאן וועל איך רעדן פונעם רולער אי"ה.
לערנט אייך מייקראסאפט ווארד - אידישע ווידעא לעסאנס
yiddishtutor.blogspot.com

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2011 2:15 pm

ווען מ'דרעגגט אויבן ביים רולער.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

תגובהדורך באגי מען » פרייטאג אוגוסט 19, 2011 7:14 am

ווען גייט זיין די נעקסטע לעסאן?

בר בי רב
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2011 3:23 pm

תגובהדורך בר בי רב » פרייטאג אוגוסט 19, 2011 10:12 am

באגי מען האט געשריבן:ווען גייט זיין די נעקסטע לעסאן?


נעקסטע וואך דינסטאג -- האף איך.

איך בין יעצט אויף וואקאציע.
לערנט אייך מייקראסאפט ווארד - אידישע ווידעא לעסאנס
yiddishtutor.blogspot.com

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג אוגוסט 19, 2011 3:25 pm

דו טוהסט א געוואלדיגע זאך ר' "בר בי רב". דאס איז די ריכטיגע וועג פון צדקה. שכרך הרבה מאוד!

דאס וואס מאנכע זאגן דא אז ווארד איז די א"ב צו עקסעל, איך ווייס נישט פארוואס זיי זאגן אזוי. איך קען בעסיק עקסעל אויף וויפיל מ'דארף פאר א פשוטע טעגליכע באניץ אבער איך ניץ קיינמאל נישט ווארד! לדעתי האבן זיי קיין שייכות. יא, זייערע שארט קאטס קענען זיין צומאל ענליך אבער צו זאגן אז מ'דארף קענען ווארד צו לערנען עקסעל? נע.

בר בי רב
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2011 3:23 pm

תגובהדורך בר בי רב » מאנטאג אוגוסט 22, 2011 2:55 pm

געלעגער האט געשריבן:דו טוהסט א געוואלדיגע זאך ר' "בר בי רב". דאס איז די ריכטיגע וועג פון צדקה. שכרך הרבה מאוד!

דאס וואס מאנכע זאגן דא אז ווארד איז די א"ב צו עקסעל, איך ווייס נישט פארוואס זיי זאגן אזוי. איך קען בעסיק עקסעל אויף וויפיל מ'דארף פאר א פשוטע טעגליכע באניץ אבער איך ניץ קיינמאל נישט ווארד! לדעתי האבן זיי קיין שייכות. יא, זייערע שארט קאטס קענען זיין צומאל ענליך אבער צו זאגן אז מ'דארף קענען ווארד צו לערנען עקסעל? נע.


ייש"כ.

ווארד איז לאו דוקא אן הקדמה צו עקסעל. ס'איז אבער א שטארק-באנוצטע פראגראם וואס איז גוט צו קענען.
לערנט אייך מייקראסאפט ווארד - אידישע ווידעא לעסאנס
yiddishtutor.blogspot.com

בר בי רב
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2011 3:23 pm

תגובהדורך בר בי רב » דינסטאג אוגוסט 23, 2011 3:16 pm

איך האב ארויפגעלייגט נאך אפאר לעסאנס אויפ'ן סייט.

yiddishtutor.blogspot.com

הצלחה
לערנט אייך מייקראסאפט ווארד - אידישע ווידעא לעסאנס
yiddishtutor.blogspot.com

אוועטאר
סמארט
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 05, 2011 10:50 am
לאקאציע: נו.... גילוי!!

תגובהדורך סמארט » דינסטאג אוגוסט 23, 2011 3:28 pm

שכויעח בר בי רב, העמיר זיך באלד נעמען דערצו

קיפ איט קאמינג!!
It’s so simple to be SMART, Just think of something stupid to say and then don’t say it


צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט