בלאט 1 פון 52

וויאזוי גיט מען זיך א עצה אין מייקראסאפט ווארד

געשריבן: מיטוואך יוני 16, 2010 4:28 pm
דורך אויפריכטיג
לעצטענס האב איך א פראבלעם אין "ווארד", ווען איך מאך סיי וואספארא טשעינדזש אויף א טייל פון די ווערטער ווערט עס אויף דעם גאנצן דאקומענט, איך מוז מאכן קאנטראל Z אז אלעס זאל צוריק גיין צום אלטן, און דאן בלייבט נאר דאס וואס איך האב סעלעקטעט אזוי ווי איך האב געוואלט.

געשריבן: מיטוואך יוני 16, 2010 4:54 pm
דורך אויפריכטיג
איך באנוץ זיך זייער אסאך מיט ווארד, דעריבער נויטיג איך זיך אין הילף זאפארט, ביטע העלפט ארויס א איד.

געשריבן: מיטוואך יוני 16, 2010 5:36 pm
דורך למעלה משבעים
האסט א טשעק אז עס זאל זיך אטאמאטיש אפדעיטן די סטייל??
.JPG
.JPG (41.16 KiB) געזעהן 7668 מאל

געשריבן: מיטוואך יוני 16, 2010 5:38 pm
דורך אויפריכטיג
וואו געפינט מען די אפציע?

געשריבן: מיטוואך יוני 16, 2010 6:09 pm
דורך למעלה משבעים
די דארפסט אריין גיין צו סטייל'ס און גיין צו modify דארט דארף עס צו זיין, איך מיין אז אין די אלטע ווארד איז עס אינטער format>styles
בכל אופן אין 2007 דריק Ctrl Shift S.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 17, 2010 11:22 am
דורך אויפריכטיג
איך האב 2003 און דארט איז נישט פאראן די אפציע.

געשריבן: פרייטאג יוני 18, 2010 6:38 am
דורך אויפריכטיג
רבותי, ס'איז צרות ווי א בארג, איך קען נישט פטור ווערן פון די אנשיקעניש. ביטע העלפט ארויס.

געשריבן: פרייטאג יוני 18, 2010 8:11 am
דורך למעלה משבעים
איז אזוי, קודם זיך אויף אויב די זעסט אזא בילד, אויב יא גיב א קליק אויף די AA
aa.JPG
aa.JPG (21.04 KiB) געזעהן 7498 מאל

יעצט וועט ארויף קומען פאר דיר די סטייל'ס וואס זענען אין דיין דאקיומענט, גיי למשל צו די ביי נארמאל
קליק.JPG
קליק.JPG (14.57 KiB) געזעהן 7498 מאל

מאך א רייט קליק גייט שטיין מאדיפיי, קליק אויף עס, דארף ארויף קומען די בילד
.JPG
.JPG (14.27 KiB) געזעהן 7498 מאל

נעם אוועק די טשעק אז ער זאל נישט אטאמאטיש אפדעיטן, און אויב עס האט נישט לייג עס צו און נעם אוועק און דריק אוקעי.

געשריבן: פרייטאג יוני 18, 2010 9:30 am
דורך אויפריכטיג
יישר כח, דיין הילף איז געוואלדיג אנערקענט

פראבלעמען מיט ווארד

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 10:00 pm
דורך קהת
איך ווייס נישט אויב סאיז שוין דא א אשכול פון דעים אבער איך האב נישט געטראפען

איך האב געמאכט אפאר זאכען און ווארד למשל ציזאם געשטעלט אסאך בילדער אויף איין בלאט און ווען איך פרינט עס ארויס ווערט אלעס צימישט האלב זאכען קימט יא ארויס און האלב נישט אלעס איז פאריקט און אנדערע פלעצער קען מיר איינער זאגען ס'פשט פון דעים????

סאיז זייער וויכטיג!!!
א דאנק!!

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 06, 2010 12:04 pm
דורך האניג
דער ווייטאגליכער אמת...

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 14, 2010 9:57 am
דורך ווארד2007
איז דא א וועג ווי אזוי מען קען איבערדרייען א טעקסט באקס אפסייד דאן, ד. ה. אז די ווערטער זאלן זיך ליינען פונקט קאפויער

מען קען ראטעיטן די טעקסט זייטיג וועג, אבער אויף פונקט פארקערט האב איך נישט געטראפן א עצה

קען איינער ביטע העלפן?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 14, 2010 10:22 am
דורך thefact

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 9:35 am
דורך מוטשע נישט
וויאזוי שטעלט מען אהן ביי א קונטרס פון צוויי קאלום'ס אז אלעס קאלום'ס זאלן זיך ענדיגן אייניג פון אונטן. ד.מ. אז די אונטערשטע שורות פונעם בלאט זאלן אלס זיין אייניג

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 10:17 am
דורך ווארד2007
דאס איז איינע פון די חסרונות מיט וואס ווארד איז באשאנקען

עפעס א עצה איז דא ביי פעיזש סעטאופ צו דזשאסטיפייען די קאלומ'ס אבער ס'קומט אויס זייער מיאוס

אבער
פארוואס זאלסטו נישט קענען אינדעזיין?
viewtopic.php?f=58&t=13031

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 10:19 am
דורך קהת
מיט א טעקסט באקס גייט דאס נישט העלפן?

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 10:21 am
דורך ווארד2007
קהת האט געשריבן:מיט א טעקסט באקס גייט דאס נישט העלפן?

מיט א טעיבל אפשר

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 10:23 am
דורך באמבאסטיש
עס איז דא א געוויסע וועג, מען דארף זיך אסאך ארומשפילן אבער מען קען.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 12:09 pm
דורך האניג
מ'קען קויפן המשלים לוורד, כ'האב עס נישט, אבער ווי כ'האב נאכגעהערט קאסט עס הונדערט דאללער און ס'טוט געוואלדיגע זאכן אין ווארד אליינס.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:00 pm
דורך מיליאנער
האניג האט געשריבן:מ'קען קויפן המשלים לוורד, כ'האב עס נישט, אבער ווי כ'האב נאכגעהערט קאסט עס הונדערט דאללער און ס'טוט געוואלדיגע זאכן אין ווארד אליינס.

איך האב עס אויך נישט אבער כ'האב אויך געהערט אויף דעם געוואלדיג

אהן דעם, איז די אייציגסטע עצה זיך ארומצושפילן מיט יעדע איינציגע פעריגרעף באזונדער, דהיינו ארויפרוקן און אראפרוקן די ספעיסינג צווישן די פעריגרעפ'ס ביי יעדע איינע כפי הצורך

ווארד2007 האט געשריבן:דאס איז איינע פון די חסרונות מיט וואס ווארד איז באשאנקען

עפעס א עצה איז דא ביי פעיזש סעטאופ צו דזשאסטיפייען די קאלומ'ס אבער ס'קומט אויס זייער מיאוס

דאס קען אמאהל העלפן, אבער פון מיין עקספעריענס האט עס געווענליך מער קאליע געמאכט ווי געהאלפן, ואכמ"ל

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 10:36 pm
דורך מוטשע נישט
יעצט געענדיגט מסדר זיין א קונטרס פון בערך 100 בלעטער אויף ווארד. כ'האב געשפירט ווי כ'האב געדארפט קעמפן פארן עקזיסטענץ ביי יעדן טריט שריט.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 11:14 pm
דורך האניג
יאפ, אויסשעטלן א אידיש ספר אין ווארד איז ווי אויסשטעלן א אידיש ספר אין ווארד! אזוי געפערליך! כ'האב נישט געטראפן קיין בעסערע משל!

געשריבן: פרייטאג ינואר 21, 2011 10:12 am
דורך מאשקע
לויט די אינטערנאציאנאלע מענטשן-רעכט געזעצן, איז יעדער מענטש בארעכטיגט צו א וואקאציע נאכ'ן אויסשטעלן א קונטרס פון 12 בלעטער אדער מער אין מייקראסאפט ווארד.

געשריבן: זונטאג ינואר 23, 2011 5:05 pm
דורך ווינקל
לגבי צוויי קאלומס; מאך די ספעיסינג "פונקליך" וויפיל פוינטס דו ווילסט, און צווישן די פראגראפן מאך 0 בעפאר און דערנאך, ניץ פשוט א טאפעלטע ענטער.

געשריבן: זונטאג ינואר 23, 2011 6:29 pm
דורך בןהרחמן
ווינקל האט געשריבן:לגבי צוויי קאלומס; מאך די ספעיסינג "פונקליך" וויפיל פוינטס דו ווילסט, און צווישן די פראגראפן מאך 0 בעפאר און דערנאך, ניץ פשוט א טאפעלטע ענטער.

די זעלבע זאך קען מען אויך טוהן צו מאכן אז די ספעיס נאכן פאראגראף זאל זיין די זעלבע סאך פוינטס ווי דער פאראגראף ספעיסינג אליין, אזוי דארף מען נישט מאכן א דאפעלטע ענטער.

די פראבלעם ביי די ביידע אופנים הייבט זיך נאר אן, ווען מען האט א נייע פאראגראף וואס הייבט זיך אן אונטן פון אן עמוד און עס האט נאר פלאץ נאר איין שורה נישט צוויי שורות וואס דאן וועט ווארד אויטאמאטיש ארויפרוקן דעם ערשטן שורה אויך אויפן קומענדיגן קאלום, אדער ווען מען די פאראגראף ענדיגט זיך מיט א איבריגע שורה וואס גייט אריבער צום קומענדיגן קאלום אדער בלאט וועט ווארד מיטשלעפן נאך א שורה, (ווייל ביי דיפאלט איז אנגעשטעלט אין ווארד די "גרושים ויתומים קאנטראל" וואס וועט נישט לאזן אן איינצעלנע שורה אליין אנהייב אדער סוף פון א פאראגראף), דאן וועט מען מוזן עדזשאסטן די ספעיסינג צווישן די פאראגראפן, (אדער אוועקנעמען די אפציע פון גרושים ויתומים קאנטראל וואס דאס איז נישט שיין און נישט פראפעשיאנעל).

אגב, לידיעתי טוט המשלים לווארד דאס אויך נישט אויטאמאטיש, נאר עס האט א קנעפל וואס זאגט פונקטליך וויפיל פוינטס איין קאלום איז מער ווי די צווייטע, אזוי ווייסט מען פונקטליך וויפיהל צוצולייגן צום קלענערען קאלום כדי עס זאל זיך אויסגראדן.