בלאט 37 פון 103

געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2018 9:26 pm
דורך אדער יא
איז דא א וועג צו מאכן אז בשעת'ן טייפן זאל די שורה וואס מ'טייפט זיין אינמיטן די סקרין, נישט אונטן ?

געשריבן: פרייטאג פעברואר 09, 2018 1:43 pm
דורך אדער יא
אין די נייע ווארד גייט מיר עפעס נישט "ווארד ארט", איך בין געוואוינט צו WORD 7, עני העלפ ???

געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2018 12:27 pm
דורך משה כהן
אדער יא האט געשריבן:איז דא א וועג צו מאכן אז בשעת'ן טייפן זאל די שורה וואס מ'טייפט זיין אינמיטן די סקרין, נישט אונטן ?

דהיינו?

געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2018 1:05 pm
דורך משה כהן
ביטע ארויסהעלפן עס איז געפערליך, איך קום נישט נאך...
מיינע פוטנאט'ס זענען טאקע פון רעכטס צו לינקס אבער די אות פון די פוטנאוט איז יא פון לינקס צו רעכטס. דהיינו אז אנשטאט' קלו' שטייט' ולק'.
איינער קען ביטע ארויסהעלפן?
נ.ב. עס איז אנגעשטעלט אויף היברו, און ווי אזוי איך טויש עס נאר איז אלץ דא דער פראבלעם.
איך האב עס קיינמאל נישט געהאט ביז איך האב געאפדעיט מיין קאמפיוטער צו ווארד 2016.
עני העלפ ביטע?

געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2018 1:08 pm
דורך אדער יא
משה כהן האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:איז דא א וועג צו מאכן אז בשעת'ן טייפן זאל די שורה וואס מ'טייפט זיין אינמיטן די סקרין, נישט אונטן ?

דהיינו?

איך טייפ שורה נאך שורה ביז ס' קומט אן צום ענדע פון די סקרין, דאס פאר שווערט דאס ליינען בשעת'ן טייפן, וויל איך אז די שורה וואס איך טייפ זאל א גאנצן צייט זיין אינמיטן סקרין

געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2018 1:10 pm
דורך משה כהן
דיין דאקומענט איז אויף סייז הונעדערט, אדער עס איז מאקסימייזט?

געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2018 1:31 pm
דורך אדער יא
משה כהן האט געשריבן:דיין דאקומענט איז אויף סייז הונעדערט, אדער עס איז מאקסימייזט?

מאקסימייזט 140

געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2018 1:33 pm
דורך משה כהן
מאקסימייז עס צו 100 און דערנאך לאז וויסן צו עס איז נאכאלס דא דער פראבלעם, ווי אויך אויב מעגליך ביטע ברענג פיקטשער צו זעהן מער פונקטליך במה דברים אמורים.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:55 pm
דורך איךביןאיך
ס'איז די ערשטע מאל איך מאך א MAIL MERGE
איך וויל ער זאל בלייבן אויף די זעלבע PAGE נישט קיין פרישע PAGE פאר יעדע שורה
און איך וויל ער זאל טוישן נאבמער'ס
דאס הייסט מיין SHEET וואס איך האב שטייט אז ס'איז נומבער 1 איך וויל ער זאל נעמען די אינפא אין קאפין פון מיין EXCEL SHEET אבער שרייבן שורה 2 און נאךדעם 3 אא"וו
עני העלפ א גרויסע דאנק פון פאראויס

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 1:03 pm
דורך איךביןאיך
און אויך אפאר שרות פון די TOP זאל ער נישט COPY נאכאמאל איך דארף ער נאר איין מאל און TOP

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:04 pm
דורך פאפיגיי
איך האב א פשוטע פרינטער וואס פרינט 8.5X11 און מאקסימום 8.5X14. איך וויל פרינטן יעצט עפעס 11X17 אדער 17X22, ס'זאל זיך פרינטן אויף 2 אדער 4 צעטלעך און איך וועל עס צוזאמקלעבן, ווי אזוי טוט מען דאס?

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:47 pm
דורך קנאפער ידען
פאפיגיי האט געשריבן:איך האב א פשוטע פרינטער וואס פרינט 8.5X11 און מאקסימום 8.5X14. איך וויל פרינטן יעצט עפעס 11X17 אדער 17X22, ס'זאל זיך פרינטן אויף 2 אדער 4 צעטלעך און איך וועל עס צוזאמקלעבן, ווי אזוי טוט מען דאס?

רוב פרינטערס וועלן ערלויבן צו פרינטן אין פאוסטער מאוד:
AcroRd32_2018-02-15_20-46-51.png
AcroRd32_2018-02-15_20-46-51.png (94.73 KiB) געזען 2238 מאל

געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2018 2:01 pm
דורך משה כהן
שמייס אריין אינעם אפענעם טרעי 11X17 פאפיר און פרינט ארויס די וואס די ווילסט כרגיל, עס וועט בס"ד ארבעטן א מחי' (פונקט ווי נארמאל).

געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2018 2:22 pm
דורך משה כהן
ווען די עפנסט וואר"ד איז דא א אפשע"ן צו אקטיוועט"ן, ניין?

געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2018 5:04 pm
דורך אדער יא
אדער יא האט געשריבן:וויאזוי טויש איך ס'זאל ארבעטן control z אשטאט אלט בעקספעיס ?
[אגב האביך באמערקט אז מיט דרוקן די רעכטע אלט מיט בעקספעיס מעקט זיך א גאנצע ווארט]

פארראכטן,

ווער ?

כמובן "קנאפער" !!! דא האט איר א מעדאל

געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2018 3:54 pm
דורך חברותה
איך האב א פיקטשער פייל פון די שמחות פורים סטיקערס ( געווען אמאל פאר פרי) עס קומט אכט סטיקערס אויף א פעידזש.
וויאזוי קען איך עס ארויספרינטען אויף א רעגולער סטיקער פעידזש פון דריי רייעס, צען סטיקערס פער רייע?

געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2018 6:19 pm
דורך קנאפער ידען
חברותה האט געשריבן:איך האב א פיקטשער פייל פון די שמחות פורים סטיקערס ( געווען אמאל פאר פרי) עס קומט אכט סטיקערס אויף א פעידזש.
וויאזוי קען איך עס ארויספרינטען אויף א רעגולער סטיקער פעידזש פון דריי רייעס, צען סטיקערס פער רייע?

קענסט נישט...אחוץ אויב דו ווילסט האבן ראלי-פאלי סטיקערס... ווייל די 30-לעיבלס-פער-שיעט איז אסאך לענגער אנקעגן די הייך ווי די אכט לעיבלס פער שיעט איז אנקעגן זיין הייעך.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2018 4:57 pm
דורך גארגארפיק
מיין ווארד פארקלאצט זיך ווען איך דריק 'סימבאלס'
ועוד, מיינע שארטקאט קיעס ארבעטן נישט אין ווארד

הילף

געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2018 10:00 pm
דורך אדער יא
טייל מאל פיראך זיך אשטאץ צו סעלקטן דעם מראי מקום און פארקלענערן ביים סטייל רעכטס אויבן, קוועטש איך נאכן גרויסן ווארט קאנטראל מיט ] צו פארקלענערן, מאכט זיך עס ווערט מרים אשטאץ די זעלבע קלענער, נישצו פארשטיינען ? ? פארשטאנען ? ?

געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2018 2:03 pm
דורך איפה פייביש
קען איינער מיר העלפען ווי אזוי קען מען שרייבן אידיש און english און איין שורה אין word און עס זאל אויס קיקען נארמאל נישט ווען צומישט?

געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2018 2:25 pm
דורך קנאפער ידען
איפה פייביש האט געשריבן:קען איינער מיר העלפען ווי אזוי קען מען שרייבן אידיש און english און איין שורה אין word און עס זאל אויס קיקען נארמאל נישט ווען צומישט?

WINWORD_2018-02-25_14-23-31.png
WINWORD_2018-02-25_14-23-31.png (26.86 KiB) געזען 2788 מאל

געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2018 2:31 pm
דורך איפה פייביש
ישר כח גדול!!!

געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2018 5:31 pm
דורך אדער יא
וואס שטעל איך אן צו פרינטן 12 סטיקערס פער פעיזש (3 ביי 4) ? ?

געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2018 5:34 pm
דורך קנאפער ידען
אדער יא האט געשריבן:וואס שטעל איך אן צו פרינטן 12 סטיקערס פער פעיזש (3 ביי 4) ? ?

3 ביי 4 אינטשעס? וויאזוי קען דאס פיטן 12 אויף א פעידזש?

דו האסט א שיעט פון לעיבלס וואס דו ווילסט פרינטן אויף? אויב יא וואס איז דער נומער פון דער לעיבל טייפ?

געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2018 5:36 pm
דורך אדער יא
קנאפער ידען האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:וואס שטעל איך אן צו פרינטן 12 סטיקערס פער פעיזש (3 ביי 4) ? ?

3 ביי 4 אינטשעס? וויאזוי קען דאס פיטן 12 אויף א פעידזש?

דו האסט א שיעט פון לעיבלס וואס דו ווילסט פרינטן אויף? אויב יא וואס איז דער נומער פון דער לעיבל טייפ?

יעדע סטיקער איז 2 ביי 2 אינטשעס איך האב נישט דעם באקס