וויאזוי גיט מען זיך א עצה אין מייקראסאפט ווארד

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

סטיילס

תגובהדורך ולא מיין » מאנטאג ינואר 13, 2020 5:35 pm

כ' וויל האבן א סטייל 'באלד', און א סטייל 'מוסגריים' (וואס מאכט אביסל קלענער די טעקסט), איז שייך צו האבן ביידע און ס'זאל נישט זיין קיין סתירה, לדוגמא, ווען כ'האב עפעס געמאכט באלד, און דערנאך וויל איך עס מאכן במסוגריים, וועט עס טאקע ווערן קלענער, אבער די באלד וועט אראפפאלן. אבער כ'וויל ס'זאל בלייבן סיי די מסוגריים און סיי די באלד.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2881
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג ינואר 14, 2020 10:39 pm

מאך א באזונדערע סטייל פאר סוגריים וואס איז באלד.

-------
יעצט ברויך איך א פרישע מאקראו וואס זאל אויפזוכן אין די פאטנאוטס א פאראגראף פון נאר 2/3 ווערטער, און עס לייגן אויבן אין סוגריים.
שייך אזאנס צו טוהן?

אוועטאר
פויליש פארווע
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 28, 2019 6:34 pm

מאכן א קעסטל רעטעניש אין ווארד גרינגערהייט

תגובהדורך פויליש פארווע » מיטוואך ינואר 15, 2020 8:30 am

איך פלעג מיר מיטשענען צו מאכן קעסטל רעטענישן אין ווארד, היות לעצטנס האב איך געטראפן א גרינגערע וועג עס צו מאכן, שרייב איך עס דא פאר'ן עולם
איך שרייב אריין אלע אותיות אן א ספעיס, איך מאך נאר א ענטער נאך יעדע שורה, דערנאך מאך איך די ספעיסעס דורך האלטן איין האנט אויפן עראו און די אנדערע האנט אויף די ספעיס קנעפל אזוי נעמט עס ממש סקונדן צו מאכן די ספעיסעס, און נאכדעם מאך איך convert text to table (עס איז אסאך גרינגער ווי מאכן קודם די טעבל און ריקן פון איין קעסטל צום צווייטן צווישן יעדע אות)

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » מיטוואך ינואר 15, 2020 3:43 pm

אדער יא האט געשריבן:מאך א באזונדערע סטייל פאר סוגריים וואס איז באלד.

-------
יעצט ברויך איך א פרישע מאקראו וואס זאל אויפזוכן אין די פאטנאוטס א פאראגראף פון נאר 2/3 ווערטער, און עס לייגן אויבן אין סוגריים.
שייך אזאנס צו טוהן?

איז דאס די איינציגסטע עצה?
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » מיטוואך ינואר 15, 2020 5:42 pm

אדער יא האט געשריבן:יעצט ברויך איך א פרישע מאקראו וואס זאל אויפזוכן אין די פאטנאוטס א פאראגראף פון נאר 2/3 ווערטער, און עס לייגן אויבן אין סוגריים.
שייך אזאנס צו טוהן?

עפעס אזוי:

קאוד: וועל אויס אלע

Sub MoveFootnotesOfThreeWords()
    Dim Ft As Footnote, Ps As String
    For Each Ft In ActiveDocument.Footnotes
    DoEvents
        If Ft.Range.ComputeStatistics(wdStatisticWords) <=3 Then
            Ps = " (" & Ft.Range & ")"
            Ft.Range.Delete
            Ft.Reference.Select
            Ft.Reference.Delete
            Selection.TypeText Ps
        End If
    Next
End Sub

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2881
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » פרייטאג ינואר 17, 2020 2:00 am

WOW! ס'האט געארבעט פיין!

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2881
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » פרייטאג ינואר 17, 2020 2:02 am

ולא מיין האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:מאך א באזונדערע סטייל פאר סוגריים וואס איז באלד.

שייך אזאנס צו טוהן?

איז דאס די איינציגסטע עצה?

קענסט זיך באנוצן מיט סוגריים מסולסלות - { }
(און בעפארן אויסשטעלן וועט מען דאס שוין טוישן לויט די קאודס)

אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 01, 2019 10:16 pm

תגובהדורך ספרים שטוב » פרייטאג ינואר 17, 2020 11:12 am

וויאזוי שטעל איך אן אז ביי דיפאלט זאל זייין אלעס וואס איך וויל כסדר נוצן?, ווי למשל די פאנד סייז, רעכטע זייט, וכדומה.
אויב קען איך נישט האבן א "ספרים שטוב" אינעם מציאות, זאל איך עס כאטשיג האבן אין מיין ניק אויף אייוועלט.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11074
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג ינואר 17, 2020 12:42 pm

ספרים שטוב האט געשריבן:וויאזוי שטעל איך אן אז ביי דיפאלט זאל זייין אלעס וואס איך וויל כסדר נוצן?, ווי למשל די פאנד סייז, רעכטע זייט, וכדומה.

פאר די פשוטע זאכן עפן זייער פענעל (נישט סתם אויבן אויפן ריבבען, נאר דריק דער קליינער ערראו אונטען פון זייער סעקשען אויפן ריבבען) טויש די סעטטינגס און דריק דארט "Set as Default" (זע דא https://www.techrepublic.com/blog/micro ... customize/)

פאר מער קאמפלעצירטע טוישן אינעם דיפאלט פון א נייע דאקומענט, דארפסטו עפענען א נייע דאקומענט מאכן די טוישן און דאן עס סעיוון אלץ דער Normal.dotm (זע דא מער דעטאלן https://support.office.com/en-us/articl ... b5166f98ea)
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2881
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מאנטאג ינואר 20, 2020 10:35 am

ספרים שטוב האט געשריבן:וויאזוי שטעל איך אן אז ביי דיפאלט זאל זייין אלעס וואס איך וויל כסדר נוצן?, ווי למשל די פאנד סייז, רעכטע זייט, וכדומה.


די "Normal" סטייל, איז די נארמאלע פאראגראף סטייל פאר יעדע מאל די עפנסט א נייע דאקיומענט, אז דו וועסט דארט אנשטעלן ביי 'פאראגראף' רעכטס צו לינקס, דזשאסטיפייד, ספעיסונג צווישן פאראגראפן וכו', וועט אלעמאל דאס בלייבן אזוי, בתנאי אויב ס'איז אנגעשטעלט new documents based on this templat.
אזוי אויך אנדערע סטיילס קענסט אוועקשטעלן לויט דיין באגער, און עס סעיוון אין די דיפאלט טעמפלעט פון ווארד.

(כאטש קנאפער האט שוין געענטפערט, האב איך געשריבן לויט מיין שפראך)

אוועטאר
היטשינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm
לאקאציע: שעפעלע בארג

תגובהדורך היטשינער » זונטאג ינואר 26, 2020 11:32 am

וויאזוי מאך איך אז ווען איך האב 2 קאלומס זאל זיך עס ענדיגן צוזאמען אונטן?
אין מקוה צו גיין, אפי' עס איז נישט ריין, דאס קען נאר א חסיד אליין פארשטיין.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12300
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג ינואר 26, 2020 1:27 pm

א גוטן טאג
איך גיי יעצט צוביסלעך אריבער פון איין קאמפיוטער צום צווייטן (דער ערשטער פארשטייט זיך מער נישט מיט'ן ווייער, שוין באשטעלט א צווייטע אויך, לאמיר זעהן אויב דאס וועט העלפן)

דער נייער כלי האט ווינדאוס 10, (ווערסיע 1809), ווארד 2016

איך האב עטליכע זאכן וואס איך קען מיך דערווייל נישט אויס, און איך ברויך הילף

ווי אנדערע האבן שוין אויך געשריבן אין דעם אשכול (נישט געפונען קיין ענטפער), די LEFT TO RIGHT און RIGHT TO LEFT קנעפלעך פעלן פונעם RIBBON, און איך בין נישט מצליח זיי אריינצוברענגען אהין

איך וויל אנשטעלן דעם 'נארמאל' טעמפלעט, אבער איך טרעף עס נישט!

באלדיגע הילף וועט זיין זייער אפרישיעיטעד, די ארבעט ווארט אויף מיר און איך קען מיך נישט באכלעפטשן.. יישר כח
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12300
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג ינואר 26, 2020 1:46 pm

איך האב מיך אביסל ארומגעשפילט, געזוכט אויפ'ן וועב, און עס איז מיר ב"ה געלונגען צוצולייגן די RIGHT TO LEFT און LEFT TO RIGHT קנעפלעך ביים QUICK ACCESS TOOLBAR

דערזעה איך מיך יעצט, אז איך האב גאר א צווייטע פראבלעם... ווען איך טייפ אידיש, עס איז אנגעשטעלט "רעכטס צו לינקס", אבער ווען איך נוץ דעם ARROW פון רעכטס, גייט עס לינקס, און די זעלבע פארקערט מיט די ערראו פון לינקס גייט עס רעכטס. מה פשט? (כ'האב געמיינט ביז יעצט אז דאס איז וועגן די LEFT TO RIGHT איז נישט געווען גוט אנגעשטעלט, אבער יעצט זעה איך אז איך האב גאר א צווייטע פראבלעם. דא למשל ביים בראוזער, ארבעטן די ערראוס געהעריג, נאר אין ווארד איז עס פארקערט)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11074
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג ינואר 26, 2020 1:56 pm

לכאורה האט געשריבן:דער נייער כלי האט ווינדאוס 10, (ווערסיע 1809), ווארד 2016

אפדעיט ווינדאוס. דער יעצטיגער ווערסיע איז 1909.
ווי אנדערע האבן שוין אויך געשריבן אין דעם אשכול (נישט געפונען קיין ענטפער), די LEFT TO RIGHT און RIGHT TO LEFT קנעפלעך פעלן פונעם RIBBON, און איך בין נישט מצליח זיי אריינצוברענגען אהין

דער קיבארד האט שוין אידיש צוגעלייגט? אין ווארד אפשענס (פייל>אפשענס) ביי לענגווידזשעס איז דא היבראו?
איך וויל אנשטעלן דעם 'נארמאל' טעמפלעט, אבער איך טרעף עס נישט!

זעסט עס נישט ביי %AppData%\Roaming\Microsoft\Templates?
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12300
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג ינואר 26, 2020 2:05 pm

אה, דאס איז מסתמא געווען דער פראבלעם פון די ערראוס, איך האב שוין געהאט אינסטאלירט היברו, אבער נעכטן האב איך דאס עפעס ארויסגענומען (ווייל איך האב פרובירט פטור צו ווערן פון די אויטא-קארעקט רויטע שטרייפן..), יעצט האב איך דארט צוריקגעשטעלט היברו, און די ערראו טוהט זיין ארבעט א מחי' ב"ה
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12300
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג ינואר 26, 2020 2:08 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:איך וויל אנשטעלן דעם 'נארמאל' טעמפלעט, אבער איך טרעף עס נישט!

זעסט עס נישט ביי %AppData%\Roaming\Microsoft\Templates?

ניין
ביי מיין יוזער נעים איז בכלל נישט דא קיין עפפ-דעטע
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12300
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג ינואר 27, 2020 2:08 pm

קאט האט געשריבן:Track changes
קליק אויף די ערא"ו אינטער Track changes, און קליק אויף change tracking options, קומט ארויף דארט צווישען די אפשענס אויכעט אז מען זאל קענען אנשטעלן די קאלירס פון Track changes.

כבוד ר' קאט, אדער סיי ווער מיט אינפארמאציע אויף די נושא
איך מוטשע מיך דא ארום מיט דעם נייעם ווארד 2016, די טרעק טשעינדזשעס ארבעט נישט ווי געהעריג, אלע אותיות זענען געהעריג שווארץ אויף ווייס און איך דערקען נישט קיין חילוק צווישן די טעותים און די הגהות.
די עצה פון ר' קאט, איז נישט שייך ביי מיר, ווייל מיין סיסטעם גיבט מיר בכלל נישט די אפציע פון CHANGE TRACKING OPTIONS! וכדי בזיון וקצף...

ביטע, איך בין זייער אנגעוואנדן יעצט דערין, הבעלי בתים אצים עלי, און די אלטע כלי כראפעצט גאר הויך, איך מוז דרינגענד צוקומען צו הילף
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג ינואר 27, 2020 2:13 pm

איז נישט דא נעבן דעם די 'טרעק טשענדזעס' די 'מארק אפ' אפציעס?
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12300
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג ינואר 27, 2020 2:19 pm

ב"ה, א קרוב מיינער האט מיך געהאלפן דורכ'ן טעלעפאן
געקליקט ביי ALL MARKUP, אנשטאט ווי עס איז געווען אנגעשטעלט אויף SIMPLE MARKUP
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 01, 2019 10:16 pm

תגובהדורך ספרים שטוב » מאנטאג ינואר 27, 2020 2:21 pm

פארוואס ווען איך save די ווארד דאקומענט פאר א PDF געשעהט אזאלכע באקסעלעך נעבן געוויסע פאנד'ס???
און וואס איז די עצה דערצו?
מזלטוב.png
מזלטוב.png (5.67 KiB) געזעהן 749 מאל
אויב קען איך נישט האבן א "ספרים שטוב" אינעם מציאות, זאל איך עס כאטשיג האבן אין מיין ניק אויף אייוועלט.

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4733
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג ינואר 27, 2020 2:31 pm

ספרים שטוב האט געשריבן:פארוואס ווען איך save די ווארד דאקומענט פאר א PDF געשעהט אזאלכע באקסעלעך נעבן געוויסע פאנד'ס???
און וואס איז די עצה דערצו?
מזלטוב.png

קוק אין ווארד צו ס'איז נישטא דארט עפעס אויף דעם פלאץ וואס די קענסט דיליעטן
לאור המצב איז אבאוט טו עקספייער, פליז אופדעיט יאור אקאונט

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מאנטאג ינואר 27, 2020 9:59 pm

styles קען מען זען נאר אפאר מינע סטיילס, וואס איז אגאנצע צייט אויבן אויפן סקרין, צו זען די איבעריגע סטיילס מוז איך ארויפגיין דארט ביי די ערראו און דרוקן אפאר מאל, וויאזוי קען איך רוקן א געוויסע סטייל ס'זאל ליגן פארנט אויבן אן איך זאל קענען גראד געבן א קליק דערויף ?

יישר כח

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מאנטאג ינואר 27, 2020 10:08 pm

היטשינער האט געשריבן:וויאזוי מאך איך אז ווען איך האב 2 קאלומס זאל זיך עס ענדיגן צוזאמען אונטן?

Add a line after the end of the two columns by pressing enter, than select that line and make it for only one column

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11074
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג ינואר 27, 2020 10:34 pm

גלאזער האט געשריבן:styles קען מען זען נאר אפאר מינע סטיילס, וואס איז אגאנצע צייט אויבן אויפן סקרין, צו זען די איבעריגע סטיילס מוז איך ארויפגיין דארט ביי די ערראו און דרוקן אפאר מאל, וויאזוי קען איך רוקן א געוויסע סטייל ס'זאל ליגן פארנט אויבן אן איך זאל קענען גראד געבן א קליק דערויף ?

יישר כח

ביי מענעדזש סטיילס קענסטו דאס טון:
ezgif.com-resize.gif
ezgif.com-resize.gif (500.85 KiB) געזעהן 721 מאל
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מאנטאג ינואר 27, 2020 11:11 pm

wow for the gif


צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט