טייטל האט געשריבן:אגוטן טייערע ידידים
איך האב געשיקט פאר איינעם א פייל פון וורד 2010 און יענער האט געמאכט טשענזשעס און צוריק געשיקט, און איך זעה אסאך ספעיסעס זענען נעלם געווארן, זאגט מיר איינער איז דאס איז ווייל ער האט עס געפענט אין 2007.
האט איינער א עצה דערצו?
א מאקראו (לפי עניות נסיוני שיש לי) קען מען נישט מאכן ווייל עס איז אן קיין קביעותדיגע סדר נאר איינס צוויי אין א פעידזש.
איך האב דאס שוין אויך אפאר מאל געהאט, און יעצט אליינס האב איך דאס אויך, אז ווען מען עפנט א ווארד פייל אין א פריערדיגע ווערסיע פון ווארד, אין די צייט וואס מען האט שוין אויף די פייל געארבעט אין א שפעטערע ווערסיע פון ווארד, וועלן אסאך מאל פארשוואונדן ווערן ספעיסעס. איך האב נישט קיין השגה פארוואס דאס איז.
אפאר מינוט צוריק האב איך געהאט איינער האט מיר געברענגט א פייל, איך מאך עס אויף אויף ווארד 2007, און עס פעלט "כמעט אלע" ספעיסעס, עס האט אויסגעזעהן ווי איין לאנגע ווארט. איך האב נישט געסעיווט, נאר ארויסגענומען דעם USB און אריינגעשטעקט אין א צווייטע קאמפיוטער, וואו איך האב עס געעפנט מיט ווארד 2010, און ויחיו כל ה'ספעיסעס, אלע ספעיסעס זענען שיין ערשינען צוריק אין זייער פלאץ, והי' לפלא...
און נאך אפאר מינוט פריער, האב איך געהאט א אנדערע פייל, מיין אייגענע פייל, וואס איך האב אמאל געארבעט דערויף אין ווארד 2013 שפעטער האב איך געארבעט דערויף אויף ווארד 2007, און אצינד ווען איך האב עס געעפנט אויף אן אנדערע קאמפיוטער מיט ווארד 2010 האט געפעלט א שיינע סכום ספעיסעס. מי יודע יקום ויאמר
ווער קען דאס ערקלערן?
1. פארוואס פאסירט דאס?
2. וויאזוי קען מען מאכן דאס זאל נישט פאסירן?
3. און וואס טוט מען אויב מען האט אזא פייל, און מען האט נישט די שפעטערע ווערסיע פון ווארד?