בלאט 2 פון 4
געשריבן: דינסטאג יאנואר 28, 2014 12:56 pm
דורך ענדע צדיק!
רייזענדער האט געשריבן:"סהאצעך" געפיקסט דורך "כווייסנישטוויאזוי".
הה"ד צרת רבים חצי נחמה....
געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2014 5:36 pm
דורך רייזענדער
ווידער פארשטייט נישט PDF וואס מ'וויל פון אים האבן...
איך האב געמאכט א טעיבל אויף ווארד, און אריינגעלייגט א שעידינג אין אפאר באקעסעלעך, און געמאכט דערפון א PDF, אבער לדאבוני האט מיך די PDF פארראטן, און פילט נישט געהעריג אן דעם באקסל, קען מיר עימיצער ביטע פארענטפערן פארוואס אזא זאך פאסירט?
בייגעלייגט האט איר דעם פראבלעם, וירא הקהל וישפוט.
- דאס איז די ווארד ווערסיע.
- word.Capture.PNG (1.13 KiB) געזען 7813 מאל
- און דאס איז די PDF.
- pdf.capture.PNG (1.57 KiB) געזען 7813 מאל
געשריבן: זונטאג יוני 22, 2014 8:04 pm
דורך ענדע צדיק!
האב איך א נייע פראבלעם אין ווארד.
יעדעס מאל וואס איך מאך א סימפל pdf אין ווארד 2013, ווערט מיר די שעראויס-גארדיענטס, מיט באקסעלעך-פיקסעלס
כזה:
געשריבן: זונטאג יוני 22, 2014 8:09 pm
דורך קנאפער ידען
'פרינט טו' אדער 'סעיוו עז'?
פרוביר די אנדערע.
געשריבן: זונטאג יוני 22, 2014 8:27 pm
דורך ענדע צדיק!
save as,
מיט פרינט האב איך בכלל א פראבלעם אז ער פארשטייט נישט ווען איך לייג טעקסט אין א רינדעכיגע טעקסט באקס
געשריבן: זונטאג יוני 22, 2014 9:18 pm
דורך קנאפער ידען
ענדע צדיק! האט געשריבן:save as,
מיט פרינט האב איך בכלל א פראבלעם אז ער פארשטייט נישט ווען איך לייג טעקסט אין א רינדעכיגע טעקסט באקס
קודם פרוביר מיט 'פרינט טו' דורך א טירד-פארטי PDF פרינטער, ווי למשל
Cute PDF.
געשריבן: זונטאג יוני 22, 2014 9:50 pm
דורך ענדע צדיק!
העלמער קודם דאס פרובירן
יישר כח
אינטערסאנט ווייל ביי 2010 האב איך נישט געהאט קיין פראבלעמען.
געשריבן: זונטאג יוני 22, 2014 9:57 pm
דורך קנאפער ידען
ענדע צדיק! האט געשריבן:אינטערסאנט ווייל ביי 2010 האב איך נישט געהאט קיין פראבלעמען.
אמת, יעדער נייער פראדוקט מאכט זיך אויכעט פראבלעמען [אסאך מאל קומט עס דייקא פון פארבעסערונגען וואס דער קאמפיוטער פארשטייט אבער נישט], און עס איז דא אסאך מענטשן וואס רעדן זיך אפ אויף ענדליכס, אבער ווי גייט דער מאמר העולם: If you can't fix something to work your way fix yourself to work the problems way...
געשריבן: מאנטאג יוני 23, 2014 6:30 pm
דורך רייזענדער
רייזענדער האט געשריבן:ווידער פארשטייט נישט PDF וואס מ'וויל פון אים האבן...
איך האב געמאכט א טעיבל אויף ווארד, און אריינגעלייגט א שעידינג אין אפאר באקעסעלעך, און געמאכט דערפון א PDF, אבער לדאבוני האט מיך די PDF פארראטן, און פילט נישט געהעריג אן דעם באקסל, קען מיר עימיצער ביטע פארענטפערן פארוואס אזא זאך פאסירט?
בייגעלייגט האט איר דעם פראבלעם, וירא הקהל וישפוט.
word.Capture.PNG
pdf.capture.PNG
וואס הערט זיך, קען עימיצער מיט עפעס אויפקומען?
ווער ס'ענטפערט די ערשטע באקומט א גרינע פאר אומזיסט.זעה
דא דעם פראבלעם.
געשריבן: מאנטאג יוני 23, 2014 6:36 pm
דורך קנאפער ידען
דו נוצט 'פרינט טו' אדער 'סעיוו עז'?
פרוביר מיט די אנדערע.
געשריבן: מאנטאג יוני 23, 2014 6:38 pm
דורך רייזענדער
מ'נוץ מיר געווענליך סעיוו עז, לאמיר פראבירן פרינט טו.
פרינט טו איז געווענליך בעסער?
געשריבן: מאנטאג יוני 23, 2014 6:41 pm
דורך קנאפער ידען
עס איז נישט בעסער און נישט ערגער, נאר אנדערש.
און אויב עס גייט דיר נישט מיט דער געהעריגער PDF פרינטער נוץ דער Cute PDF פרינטער וואס כ'האב געלינקט עטליכע תגובות צוריק.
געשריבן: זונטאג יולי 20, 2014 6:27 pm
דורך רייזענדער
שוין אסאך וואסער געפלאסן וכו'; שוין אסאך תגובות געשריבן געווארן; וכו' וכו' זינט כ'האב אנגעפרעגט די מומחים דאהי וויאזוי זיך אנ'עצה צוגעבן מיט אט
דעם פראבלעם, אבער כעת איז עס מיר צוריק גילטיג געווארן, ועדיין לא נושעתי, דעריבער ווענד איך מיך צו מיינע קאלעגען: הבה נתחכמה; וואס קאן זיין דער פראבלעם, ובעיקר וויאזוי סאלווד מען אט דעם פראבלעם???
---
הרב קנאפער, א גרויסן שכויעח פאר אייער העלפ, און אנטשולדיגט פארן נישט באדאנקן תיכף, אבער נאכן פראבירן סעיוו עז\פרינט טו, און אויך פארשטייצעך דעם אזוי זיסן 'CUTE' פידיעף קאנווערטער, האלט איך נאך אלץ ביי אל"ף...
געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2014 12:26 am
דורך נא_שכל
אפשר האסטו נישט גוט געמאכט די בארדער'ס פין די טעבעל'ס?
געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2014 10:08 am
דורך למעלה משבעים
באג בווארד...
געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2014 10:42 am
דורך קנאפער ידען
למעלה משבעים האט געשריבן:באג בווארד...
גם אני מצטרף לדברי מנהלינו אחר העיון בהענין.... (כ'וואלט נאך יא געוואלט טרעפן אן אויסוועג ועוד חזון בס"ד), אבער מיט אביסל גוטע נייעס... נעמליך אז ווי עס שיינט איז עס שוין אדרעסירט דורך מייקראסאפט און אין ווארד 2013 איז עס שוין פיין.
געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2014 3:42 pm
דורך רייזענדער
אנטשולדיגט פאר די שפעטיגונג, יעצט אנגעקומען צוריק צו די סצענע...
כ'האבעס פראבירט צו פרינטן, און גארנישט לא קם ולא זע...
נא_שכל: שוין איבערגעמאכט עטליכע מאל די בארדערס, וגם דאס איז נישט די ערשטע בארדער וואס איך מאך אין ווארד...אלענפאלס, לא קם ולא זע...
למעלה: געפרעגט גוגל טרענסלעיט וואס דאס מיינט "באג בווארד..." און ער ווייסט מיך נישט צו ענטפערן...סוי אפשר קען איר ערקלערן?
קנאפער: מיט אייך וועלמיר ממשיך זיין אין אישי, אין א סעקונדע ארום.
אזוי ווי האסט נאכציטירט למעלה'ס 'קאוד' קענסטו נעמען דעם זעלבן ענטפער וואס מ'האמיר אדרעסירט צו למעלה...
געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2014 4:02 pm
דורך רייזענדער
אהא
אנכי אעשה כדבריך, ונראה מה יהי'...
א גרויסן שכויעח!
געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2014 5:57 pm
דורך רייזענדער
געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2014 8:37 pm
דורך ענדע צדיק!
רייזעלע אפשר גיבסטו ארויס די סודות פון קנאפער, דער עולם זאל זיך קומענדיגס מאל נישט מוטשענען?
געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2014 10:37 pm
דורך רייזענדער
ענדע צדיק! האט געשריבן:רייזעלע אפשר גיבסטו ארויס די סודות פון קנאפער, דער עולם זאל זיך קומענדיגס מאל נישט מוטשענען?
קנאפער, כ'מעג אויסזאגן?...יא? ניין? כ'הער נישט?...שתיקה כהודאה!...דער סוד איז גאנץ איינפאך: דער פראבלעם ווערט געסאלווד ווען הרב קנאפער געט זיך אזא כאפ אריין דורך אן אינטער-טירל אינעם קאמפיוטער, און ער דרייט אזוי מיטן פאטשיילע הער-און-אהין, און ביז אייניגע סעקונדן איז הכל על מקומו...
אבער אזויפיל האט ער יא מגלה טפח געוועזן: אז ווען מ'שטעלט אן די טעיבל-מארדזשענס אלעס אויף נול\זערא, דאן ווערט אלעס מסודר, והיא לפלא.
געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2014 4:28 pm
דורך רייזענדער
ביקש לישב בשלוה קפץ עליו...נארוואס געסאלווד איין פראבלעם, איז אפירגעקראכן א צווייטס...
איבעי' להו, איך האב געלייגט א פעידזש קאליר אויף א דאקומענט, אבער ווי ערשטוינט בינעך געווארן ווען איך מאך PDF, זעה איך אז ביי די רעכטע זייט פונעם דאקומענט ענדיגט זיך די פעידזש קאליר פריצייטיג - עס גייט נישט ביזן עק פונעם פעידזש, קען איינער מיר לערנען פשט דערין???
אט האט איר בייגעלייגט א סנעפ-שאט פון די סצענע:
- Capture.PNG (3.12 KiB) געזען 7526 מאל
טעקניקל-דיטעילס: כ'ארבעט אויף ווארד 2010, כ'האב שוין פראבירט צו PDF אויף עטליכע אופנים, ולא נושעתי.
געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2014 4:54 pm
דורך ענדע צדיק!
איך האב מורא ער שפירט וווער עס זיצט דארט...
האסט פרובירט פשוט save as ? וויבאלד ווען מען מאכט פרינט טא, קען אמאל פאסירן די פאסירונג - אפי' ביי פשוטע מענטשן - נישט אזעלעכע טראבעל מעיקער'ס..
געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2014 5:27 pm
דורך רייזענדער
רייזענדער האט געשריבן:כ'האב שוין פראבירט צו מאכן PDF אויף עטליכע אופנים, ולא נושעתי.
געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2014 8:26 pm
דורך קנאפער ידען
רייזענדער האט געשריבן:ביקש לישב בשלוה קפץ עליו...נארוואס געסאלווד איין פראבלעם, איז אפירגעקראכן א צווייטס...
איבעי' להו, איך האב געלייגט א פעידזש קאליר אויף א דאקומענט, אבער ווי ערשטוינט בינעך געווארן ווען איך מאך PDF, זעה איך אז ביי די רעכטע זייט פונעם דאקומענט ענדיגט זיך די פעידזש קאליר פריצייטיג - עס גייט נישט ביזן עק פונעם פעידזש, קען איינער מיר לערנען פשט דערין???
אחר העיון זעט מען אז דער סיבה איז געווען ווייל עס איז געווען א קאסטיום סייז פעידזש אין ווארד, און דער PDF פרינטער איז יא געווען אנגעשטעלט אויפן געהעריגן סייז, במילא אויף דער צוגעלייגטער פלאץ האט ער נישט געפרינטן. נאכן טוישן דער PDF פרינטער'ס סעטטינגס ארבעט עס ב"ה פיין.