הערסט א מעשה וואס דא קומט פאר?...איך דריק אויס מיינע קרעמפן וואס איך לייד זיך אן פון דעם מייקראסאפט ווארד'ן דא בשער בת רבים דאהי בתוככי עלמא דיהודאה, ביז געציילטע מינוט ווארט מיר אפ דארט אויבן אויף די רעכטע זייט א פריוואטע אישי, כ'געב א קוק, הרב קנאפער קלאפט אין טיר ער בעט זיך בדמעות שליש אז ער וויל מיר העלפן, איך געב אים מיין אדרעס ביז א קורצע צייט הנה זה בא, דער סקרין מיינער פון איין סעקונדע אויפן צווייטן איז פושט צורה ולובש שחורים, און דער מייזל מיט וואס איך האלט אינמיטן ציען מיט איר עפעס א שעיפ אין ווארד, ווערט מיר פלוצים, אן קיין פריערדיגע מעלדונג, ארויסגעצויגן פון אינטער מיין ארעם, איך הייב זיך אן ארומצוקוקן וואס דא קומט פאר, און איך זעה ווי מיין מייזל הייבט אן ארומצולויפן ווי א "פאר'סמ'ט מייזל" הין-און-אהער, איך פרוביר מיט אלע כוחות צוריקצונעמען קאנטראל איבער איר, אבער ס'אשאד דער פון די צווייטע זייט איז שטערקער...
שוין איך הייב הענט, ורייזענדער שמר את הדבר צו זעהן וואס דא גייט זיך אויסקאכן, נו וואס מיינט איר, איר האט א קלער אז ווען עימיצער שטעלט זיך אקעגן ידידינו הרב קנאפער קען ער אפילו חלומ'ן פון אים בייקומען?!....גיי פארצייל דעם צוריקגעשטאנענע גוי'אישן קאפ פון ווארד, אז קנאפער איז זיך שוין מיט אסאך גרעסערע פון אים דורכגעקומען, והאשכול
הזה יוכיח...
אלענפאלס,
א ריזיגן שכויעח הרב קנאפער, כ'גלייך זייער ווען איך האב דיר דא ביי מיר אין שטוב, ווייל לפענ"ד איז דאס די העכסטע מדריגה פון הכנסת אורחים ווען דער אורח שפירט זיך בעה"ב און דער בעה"ב שפירט זיך אלס אורח, סוף כל סוף ווען דו קומסט אריין ביי מיר אין קאמפיוטער שפיר איך זיך אלס אורח, וויבאלד דו קענסט זיך סך בעסער אויס ביי מיר אינדערהיים ווי איך אליינס... אבער פארט לאמיר האפן אז כ'זאל דיר מער נישט דארפן אויפנעמען נאכאמאל דא, און דער ווארד זאל בעסער ביהעיווען איף הי נאוס וואט גוד פאר הים...