בלאט 1 פון 1
MP3 מעקען און עדיטן
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2009 7:05 pm
דורך בונם דער טרעגער
איך האב געקויפט א RECORDER וואס טייפט אפ גראד אויף MP3 FORMAT
ווען איך קאפי דאס ארויף אויפען קומפיוטער און איך וויל עפעס אויס מעקען פון אונמיטען אדער אנפאנג
מיט וועס פאר א פראגראם קען איך דאס טון ??
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2009 8:09 pm
דורך 3x0
ווינדאוס מאווי מעיקער, איך מיין אז עס קומט אין יעדע ווינדאוס קאמפיוטער.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2009 8:20 pm
דורך ווער בין איך?
נערא, אדובי אדישאן
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 01, 2009 4:32 pm
דורך פאטאקי08
wave pad
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 02, 2009 8:26 am
דורך בןהרחמן
איך נוץ א קליינע טול וואס הייסט MP3 TrackMaker מיט דעם קען צוטיילן און צוזאמען שטעלן MP3 פיילס, ווען מען וויל צוטיילן אן MP3 קען מען אריינלייגן ביי וויפיהל סעקונדעס אדער מינוטען דער פייל זאל זיך צוטיילן, מען קען אויך אריינלייגן אויפאיינמאהל עטליכע צייטן, דהיינו אויב ער האט רעקארדירט עטליכע דרשות וכדו' אויף איינמאל און ער וויל יעדע דרשה זאל ווערן א באזונדערע פייל, דאן קוקט מען קודם ביי וויפיהל מינוט יעדע דרשה הייבט זיך אן און מען לייגט אריין די באשטימטע צייטן און עס צוטיילט זיך אויפאמאל צו עטליכע פיילס לויט וואו מען האט איהם געהייסן.
דא לייג איך א
לינק וואו מען קען אראפנעמען אן אומזיסטע ווערסיע פון דעם פראגראם, (זיי האבן שוין א נייערע ווערסיע אבער יענע קאסט שוין געלט, מען קען עס אבער פרובירן עס האט א פרייע טרייעל זייער וועב זייטל איז
דא ), די מעלה פון דעם פראגראם איז אז עס איז זייער א קליינע (אונטער 100 קב) און מען ברויך גארנישט אינסטאלן נאר דאבעלקליקן און עס עפנט זיך דער פראגראם, ווי אויך ארבעט עס שנעל און מען קען אויך צוטיילן אויף חלקים פון סעקונדעס.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 1:24 am
דורך ליהודים
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 06, 2010 10:20 pm
דורך קראצער
איך האב אזא פראבלעם.... האסט שוין אמאל ריקארדעד מוזיק גראד אויפן אייפאד ארויף?
וואס געשעהט איז אז ער איז א סקונדע הויך די צוויטע סקונדע איז ער שטילער הקיצער... ווען מען הערט עס גייט עס בערך אזוי,
יודו לשם חסדו, יודו לשם חסדו, פארשטייסט נישט אין אידיש כעלעס שרייבען אין ענגליש עסטו פארשטיין
yoDI lasHEm chasdoi, YODi lashEM CHasdoi,yodi lASHem cHAsdoi
קיצור כאפסט וואס איך מיין? די גאנצע 1:11 מינוט טרעק האט אזוינע באא באאס
איך ווייס אפילו נישט די ווערטער צו מסבר זיין די פראבלעם צי איזעס GAIN פראבלעם אדער ווער ווייס וואסערע נאמען די פראבלעם איז
לעינינינו... וואסערע פראגראם קען איך ניצען פאר FREE מיט א דריק פון איין קנעפל? (אזוי ווי RED EYE באטען אןף פאטאשאפ)
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 22, 2010 5:57 pm
דורך קרעמער
איך דארף דרינגענד הילף, ווי פריער אלץ בעסער:
איך האב צוויי פיילס (WMA אדער נאכן קאנווערטן וועט עס זיין MP3) וואס איך וויל צוזאמשטעלן און מאכן דערפון איין גרויסע פייל.
וועלכע פראגראם וועט דאס מיר טוהן בחנם און גרינג.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 22, 2010 7:06 pm
דורך בןהרחמן
קרעמער, קוק איבער מיין פריערדיגע תגובה אויף דעם עמוד אפשר וועסטו דארט געהאלפן ווערן מיט יענע טרייעל ווערסיע, מען קען מיט די טרייעל צוזאמשטעלן ביז דריי מעם. פיי. דריי פיילס. צלאחע.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 22, 2010 7:48 pm
דורך למעלה משבעים
אין
Audacity מאך א נייע פייל און קאפי אריין ביידע פייל'ס איינס נאכן צווייטן, און סעיוו עס פאר א MP3.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 22, 2010 8:50 pm
דורך קרעמער
איך מוטשע מיך דא ארום. טריאו האט מיר פרובירט צו העלפן, אבער נאך א לאנגע וויילע האט ער אויפגעגעבן. יעצט פרוביר איך מיט בן-הרחמן'ס פראגראם, לאמיר האפן עס וועט זיך אויסארבעטן. איך האב גראדע פרובירט אויך למעלה משבעים'ס פראגראם, אבער עס האט געקראכט אינדערמיט.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 22, 2010 10:13 pm
דורך שוועמל
קרעמער שיק מיר די פייל
כאב באמערקט דיין טולק שפעטער.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 22, 2010 10:20 pm
דורך קרעמער
איך שיק שוין גארנישט. דער "למעלה משבעים" האט מיר אוועקגעגעבן גאר טייערע צייט און ער האט נישט גערוהט ביז עס איז צוזאמגעשמאלצן געווארן על צד היותר טוב.
יישר כח פאר אלע וואס האבן פרובירט צו העלפן, איך האף אייך נישט צו דארפן נוצן אינעם צוקונפט...
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 23, 2010 6:02 am
דורך יוםטובערליך
בס"ד,
גאלדוועיוו
goldwave
*