בלאט 1 פון 1

וויאזוי הערט מען אויס ריקארדינגס פון א פאון אין קאמפיוטער

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2009 12:42 pm
דורך שמן זית
איך האב אפגעכאפט א דרשה אויף א סעמסאג פאון, איך האב עס אויף א עס די קארד און איך קען עס נישט הערן אין קאמפיוטער, וויאזוי מאך איך אז איך זאל עס יא קענען הערן?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2009 1:03 pm
דורך יהיה כן
וואס איז די עקסטענשאן פון די פייל (פארמאט)?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2009 9:50 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד

נישט קיין חילוק וועלכע פארמאט עס איז, צי דו קענסט עס הערן אדער נישט, איז דא א וועבסייט וואס קען קאנווערטן יעדע מין אודיא אדער ווידעאו, פאר אומזיסט, אבער איך וויל נישט לייגן דעם אדרעס אן ערלויבעניש פון די הנהלה דא.

אז דו ווילסט, פרעג מיך אין אישית.

איך בין לעצטנס געוואויר געווארן פון די וועבסייט, איך געדענק שוין נישט פון וועמען, און איך האב קאנווערטעט אסאך פיילס פון מיין סעלפאון צו געהעריגע עם. פי. דריי, ממש געוואלדיג.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2009 10:11 pm
דורך קרעמער
איז עס א לעגאלע וועבזייטל, פארוואס נישט שטעלן א לינק?