בלאט 1 פון 1

פאבריצירן א די ווי די

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2008 7:02 pm
דורך פריץ
איך האב א פייל גראדע א הערליכע פינעף און דרייסיג מינוטיגע ווידיאוי פון הקפות שניות פון גאר א גרויסען צדיק זצ"ל
גאר קלאר

סאיז א עם פי דזשי פייל קנאפע 500 מעגע

וויאזוי קען איך דאס ארויף לייגען אויף א די ווי די מען זאל עס קענען שפילען אויף א די ווי די פלעיער?

אויב באקום איך א פאזיטיוון ענטפער ביז 24 שעה וועל איך בלי נדר ארויף לייגען א לינק דערפון אהער

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2008 7:41 pm
דורך איש חסיד

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2008 7:45 pm
דורך אלעקסיי
מיר ווארטען מיט שפאנונג

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2008 7:54 pm
דורך ידען
מען האט שוין גערעדט דערפון , איינער האט ארויפגעברענגט http://www.media-convert.com ,לאז וויסן פארן עולם אויב דאס האט געטון דיין פארלאנג, און ווי פארשטענדליך שנדר א לינק דערפון

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 10:25 am
דורך פריץ
די ערשטע צוויי מינוט פון די קליפ

ביטע עס לייגען ווי עס באלאנגט

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 8:39 pm
דורך פריץ
א גרויסען ישר כח איש חסיד
איך האב שוין דעם ניראו
וואס טוה איך יעצט ווייטער?
ער בעט דוקה א VOB פייל
און איך האב א MPG פייל

די לינק מידיא קאנווערט איז נישט ניצליך ווייל עס איז אנליין און ער זאגט אז די סערווער איז אווערלאודעד ווי אויך גלייב נישט אז מען קען אפלאודן אזא גרויסע פייל ווי 484 MB

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 26, 2008 2:25 pm
דורך פריץ
א גרויסען ישר כח פאר איש חסיד
און פאר מאשקע פארן זייער הילף איבער דעם