בלאט 1 פון 1
צוזאמשטעלן עטליכע סידיס אויף איין MP3
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2008 9:22 am
דורך שלעפער
איך וויל צוזאם שטעלן אפאר סידיס אויף איין MP3, ווייסט איינער ווי אזוי מען טוט דאס?
עס דארף זיין א ספעציעלע סידי? אדער מען דארף מאכן די פיילס פאר MP3? אויב יא ווי אזוי?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2008 2:06 pm
דורך איש חסיד
מדארף עס קאנווערטן אויף MP3 ווינדאוס מידיא פלעיער האט א אפשאן צו ריפען אלס א מפ3 אבער סאיז בעסער צו ניצען אנדערע פראגראמס ווי נערא עקספרעס
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2008 2:40 pm
דורך איש חסיד
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 8:19 am
דורך שלעפער
א גרויסען שכוח איש חסיד סהאט געארבעט.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 8:26 pm
דורך KCSP
איך קען נישט אראפקאפיען די פאר CD'S אין עס מאכן דורך ITUNES ?? מען קען עס נאר מאכן דורך ווינדאוס מידיא פלעיר mp3 ??
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 25, 2009 2:59 pm
דורך סתם_אזוי
נאכן קאנווערטן דורך ווינדאוס מידיא פלעיער אלס א MP3 פייל, פיט נאך אלס נישט ארויף אסאך פיילס אויף איין סידי. וואס דארף איך טון?
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 25, 2009 3:34 pm
דורך ווער בין איך?
מיט נערא דארפסטו מאכן א דזשוקבאקס סידי (מפ3) און אזוי עס burnen.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 25, 2009 3:35 pm
דורך ווער בין איך?
איך מיין אז אין אייטאנס דארף אויך צו זיין א וועג עס צו טוהן, אבער איך געדענק נישט
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 25, 2009 3:56 pm
דורך סתם_אזוי
איז דאס מעגליך צו מאכן אן צו דארפן אנקומען צו נערא'ס טובות? עס איז צו א קאמפלאצירטע פראגראם פאר מיר, און איך האב נישט קיין געדולד זיך צו ארומשפילן מיט דעם.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 25, 2009 6:03 pm
דורך בןהרחמן
איך מיין אז מען קען סתם ארויפברענען די פיילס אויפן סידי דורך ווינדאוס עקספלארער אזוי ווי עס וואלט געווען סתם עני פייל און דערנאך וועט עס לכאורה שפילען אויפן מפ3 שפילער