בלאט 1 פון 1

עדיטן ווידיאו קליפס

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 8:50 am
דורך ווער בין איך?
איך זוך א פראגראם וואס קען עדיטן ווידיאוס. דאס מיינט אוועקשניידן חלקים, אוועקנעמען די Audio דערפון. פארשטייט זיך בחינם, אויב איינער קען מיר אפשר העלפן וואלט עס געווען א גרויסע טובה.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 9:50 am
דורך לאז געמאכט
מען האט שוין עטליכע מאל גערעדט וועגן דעם, די פשוט'סטע וועג איז ווינדאס מאווי מעקער וואס קומט אריין געבויט אין ווינדאס דארפסט גארנישט דאנלאדן

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 11:46 am
דורך ווער בין איך?
וויאזוי קען מען עדיטן מיט ווינדאויס מאווי מעיקער?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 3:14 pm
דורך thefact
לאז געמאכט האט געשריבן:מען האט שוין עטליכע מאל גערעדט וועגן דעם, די פשוט'סטע וועג איז ווינדאס מאווי מעקער וואס קומט אריין געבויט אין ווינדאס דארפסט גארנישט דאנלאדן
לאז געמאכט:
מיט מאווי מעיקער קען מען רעמאווען פרעים'ס?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 4:33 pm
דורך איש חסיד

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 6:40 pm
דורך KCSP
קען איינער ביטע זאגן בערך וויאזוי מען ארבעט ארום מיט windows movie maker? איך האב פראבירט צו עדיטען א ווידאוי אבער ס'איז אביסל קאמפליצירט

ביטע ביטע, עס איז דא אסאך מענטשען וואס האבן דעם פראגרעם און ווייסען ניטאמאל וואסערע מציאה זיי האבן, וווען זיי ווייסן ווען וויאזוי עס צו ניצן וואלטן זיי זיך אזוי מחייה געווען דערמיט, פליז העלפ

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2008 3:26 pm
דורך KCSP
pleasse please, איינער זאל זיך ביטע אנריפען

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2008 7:46 pm
דורך jiddisch
דיין וידעא-מייקער איז אויף דיין שפראך? אויב יא, איז וואס הייסט ווי אזוי מען נוצט עס? פשוט עפן דעם פראגראם און דריק אויף די פונקציעס וועלכע זיינען נוציק פאר דיר. האב נישט אזוי מורא פרובירן...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2008 1:43 am
דורך KCSP
יא אבער די כאפסט נישט, איך האלט שוין נאכען פראבירען, איך כאפ נאך נישט וויאזוי איך קען עס שטיקלען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2008 8:50 am
דורך jiddisch
אין דער אונטערשטער טייל פונעם פענצטער וועט איר זען א פאס פון דער ווידעא וואס שטייט צו עקספארטירן, אין דעם פאס מאכסטו דיינע פארבייטונגען. איך מיין אז ביים פארויסדיקן ווידעא בליק האט איר עפעס א קנעפל וואס גיט א שנייד דער ווידעא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2008 1:00 pm
דורך יאנאש
דער אנגעצייכענטער קנעפל איז א צוטיילער, ווען דו האסט דעם אפציע פון שניידן וועט עס ווערן אויס גרעי נאר שווארץ און ווען דו האלסט ביים שטיקל וואס דו ווילסט קאטן געב א קליק דעם קנעפל און עס וועט ווערן צוויי חלקים אינטן אויפן קאנטראל באר.