בלאט 2 פון 2
קאנווערטן פון CD צו DVD
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 12, 2010 9:17 am
דורך פונקטליך
קען זיין מיין שאלה באלאנגט אין א אנדער אשכול, אבער דאס איז יעצט אויבן, וד' הטוב יכפר.
כ'האב געהאט צוויי cd'ס און דערויף א פלעי צוטיילט אין צוויי,
די פייל טייפ איז מיר געוועהן אומבאקאנט, כ'האב עס געוואלט צוזאמשטעלן און ארויפלייגן אויף א dvd,
למעשה האב איך עס צוזאמגעשטעלט און קאנווערטעד צו א wmv אבער דאס איז נישט די dvd פארמאט,
איז יעצט מיין שאלה וועלכע פארמאט פייל איז א dvd?, און מיט וועלכע פראגראם קען מען קאנווערטן א wmv צו א dvd פארמאט (וויזוי ס'הייסט נאר) און פארשטייט זיך אז ס'זאל בלייבן העכסט קלאר (כ'האב שוין א לאנגע צייט צוריק פראבירט צוויי פראגראמען אבער עס איז אויסגעקומען זייער אומקלאר)
יישר כוח למפרע
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 12, 2010 10:18 am
דורך leiby
Nero, Roxio, etc.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 12, 2010 10:22 am
דורך מאקאווער
Hellow leiby. Can u help me also?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 12, 2010 11:09 am
דורך פונקטליך
leiby האט געשריבן:Nero, Roxio, etc.
ישר כוח
פאר א עם הארץ ווי מיר דארף מען מער מסביר זיין.
כ'האב roxio אויף מיין קאמפיוטער אבער עס העלפט מיר נישט ארויס יעצט ווייל די cd אליינס איז שוין צוקריצט איך האב נאר געסעיווט די פיילס אויפן קאמפיוטער און לויט ווי אזוי איך ווייס קען מען מיט roxio נאר קאפיען גראד פונעם cd צום dvd (עס ווערט א ספעציעלע roxio פייל וואס דאס קאפיעט זיך ארויף אויפן dvd, ווי אזוי מאך איך א roxio פייל פון די (אומבאקאנטע פארמאט) פייל וואס איך האב אויפן קאמפיוטער?)
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 14, 2010 1:18 am
דורך leiby
Roxio איז א גרויסע פראגראם די האסט נאר די אומזיסטע וואס קומט מיט, מיט יעדע ווינדאוס.
-------
מאקאווער: געווענליך ווען איך ענטפער איז עס איבער א נושא וואס כ'האב שוין געהאט עקספיריענס, דיין אישו האב איך געהאט זייער לאנג צוריק, כ'דארף קוקן צו כ'האב די פראגראם פאר דעם אין צו ס'איז מיר מעגליך געווען,
אנטשולדיגט.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 15, 2010 4:17 pm
דורך מאנאגרעמס
פונקטליך, וואס הייסט אז ראקסיאו קאפיעט נאר פון א סידי צו א דיווידי?
אז דו גייסט צו ADD DATA גייט עס נישט?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 15, 2010 5:15 pm
דורך פונקטליך
כ'בין נישט יעצט ביים קאמפיוטער.
די רעדסט פון די אימזיסטע roxio וואס קומט מיט אינעם קאמפיוטער?
אדרבה, זיי מסביר
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 15, 2010 6:11 pm
דורך מאנאגרעמס
יא איך רעד פון די אומזיסטע.
ווען דו עפנסט ראקסיאו גיי צו "DATA" און אויבן וועסטו זען עפעס ווי "EASY DISC". גיי אריין וועסטו זען אויבן אז ס'שטייט "ADD DATA" קליק דערויף און קלויב אויס די פייל וואו דו האסט די ווידעאו פיילס.
כ'האף אז כ'האב גוט מסביר געווען. אז נישט פרעג איבער.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 15, 2010 9:02 pm
דורך leiby
די אלטע אומזיסטע roxio האט נישט די אפשען, קען זיין די האסט די נייע, כאפ טאקע א בליק.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 2:24 pm
דורך מאנאגרעמס
איך האב קיינמאל נישט געצאלט פאר ראקסיאו. איך נוץ עס שוין זייט 08'.
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 17, 2010 2:05 pm
דורך פונקטליך
כ'זעה שוין עפעס
כ'דארף עס אויספרובירן
שכוח מאנאגרעמס