בלאט 1 פון 1
ריעל פלעיער שאלה
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 6:49 pm
דורך בןהרחמן
איך האב אן אלבום פון ניגונים וואס די טרעקס זענען א המשך איינס נאכן אנדערען, ווען איך שפיל עס אויף ווינדאוס מידיע וועט עס פארן פון איין טרעק צום אנדערן אזוי סמאד געשמירט אז מען וועט נישט כאפון אז עס טוישט זיך די טרעקס, משא"כ ביי ריעל פעיער צווישן איין טרעק און די אנדערע נעמט א דריי פיר סעקונדעס און עס נעמט אוועק דער געשמאק פון די ניגונים, האב איך געוואלט וויסן צו עס איז דא א סעטטינג אין ריעל פלעיער עס צו מאכן פארן געשמירט אדער נישט7, איך האב שוין געזוכט אין אפשענס אבער נישט געטראפן, אפשר ווייסט איינער?
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 3:28 pm
דורך KCSP
איך האב אויך א שאלה, איך האב געדאנלויד עפעס א ווידיא דורך ריעל פלעיר, און איך קען עס נישט קאנווערטען מיט מיין קאנווערטער ווייל עס איז אויסגעקומען אויף א Internet Video Recording פייל, אשטאט אזויווי אלעמאל קומט עס אויס אויף FLV FILE, יעצט וואסערע קאנווערטער וועט קענען מאכען עפעס דערפון??? קודם דארף איך מאכען אז ס'זאל זיין אויף עפעס א נארמאלע פייל, פון דארט און ווייטער עלעך זיל אנייצע געבען, פליז העלפט ארויס
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 31, 2008 3:25 pm
דורך moishy08
טשעק
http://www.media-convert.com דארט קען מען קאנווערטן אלע מיני פיילס
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 31, 2008 3:34 pm
דורך KCSP
איך האב געקליקט אויף דעם לינק, אבער איך דארף דארט סעלעקטען וואסערע פייל עס איז יעצט, נא וואס מאך איך פאר דעים??
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 31, 2008 3:50 pm
דורך איש חסיד
סאיז דא א אפשאן אטאמאטיק דיטעקטשאן
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 31, 2008 4:05 pm
דורך KCSP
יא איך האב עס פראבירט עס גייט נישט אדורך איך האב געדארפט סעלעקטען עפעס מער פון דעם
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 01, 2008 8:16 am
דורך moishy08
די זאגסט אז עס איז א FLV פייל, ממילא דארפטו סעלעקטען די OUTPUT זאל זיין די אכטע פון די MOVIE ליסט , אין די אינפאט זאל זיין סיי וועלכע ווידיאו פארמאט די ווילסט IPOD,MPEG,MP4
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 01, 2008 1:59 pm
דורך KCSP
ניין עס איז נישט קיין FLV ווען יא וואלט עס SUPER געקענט קאנווערטען, עס איז אויסגעקומען עפעס א מאדנע מין פייל און עס כאפט נישט ביי super. נאר איך זאג אז איך האב עס געדאנלויד דורך רעיל פלעיער וואס נארמאל קומט עס אויס אלץ א FLV אבער דאסמאל ווייס איך נישט וואס ס'איז אויסגעקומען
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 02, 2008 12:30 pm
דורך סתם_אזוי
וויאזוי קען איך טוישן פון ריעל פלעיער צו ווינדאוס מידיא פלעיער?
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 02, 2008 12:53 pm
דורך זאנוויל
טוישן וואס?
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 02, 2008 1:26 pm
דורך סתם_אזוי
ווען איך דאונלאוד עפעס פון די וועב דורך ריעל פלעיער, ווערט עס געסעיווט אלס א FLV פייל, און ווינדאוס מידיא פלעיער סאפאורט עס נישט. אבער איך וויל עס יא זעהן דורך ווינדאוס מידיא פלעיער, וואס קען איך טון?
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 02, 2008 3:13 pm
דורך KCSP
קאנווערט עס.