בלאט 1 פון 1
קאפיען פון ריעל פלעיער צום פאלדער My Videos
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2008 12:38 pm
דורך חיים
טייערע אידישע קרעטמשעריסטן איך האב די פראגרעם ריעל פלעיער וואס מען קען דורך דעם דאונלאודן עני ווידיאו פון די נעץ און איך בין זייער צופרידן דערפון, נאר איך וויל קאפיען אלע ווידיאוס פון ריעל פלעיער אריין אין "מיי ווידיאוס" וויל איך וויסן וויאזוי דאס ארבעט, ווער עס ווייסט איז מכובד צו ענטפערן ושכרו כפול מן השמים
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2008 2:26 pm
דורך יאנאש
זייער סימפל, ריעל עפענט א פאולדער ביי דיר און דארט ווערט געסטארט די ווידיאוס וואס דו דאונלאדסט, געווענליך איז עס א פאולדער אין מיי ווידיאוס, אבער אויב נישט קענסטו אין דעם דאונלאד מענעדשער קליקן 'אפשענס' און דארט קוקן וואו דער סעוו ארט איז ביי דיר.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2008 3:03 pm
דורך KCSP
ער וויל מ'סתם ארויסנעמען אלע ווידיוס פון יענע פאלדער און אריינלייען געהיריג אין מיי ווידיוס
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2008 9:43 pm
דורך thefact
ריעל פלעיער איז נישט קיין פאלדער ריעל פלעיער איז א פראגאם וואס שפילט מוזיק ווידיאו'ס וואס ליגן אין פארשידענע פאלדער'ס
סא חיים
זיי בעסער מסביר דיין פראבלעם
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 9:37 am
דורך יאנאש
די פאקט, אויב האסטו די לעצטע ווערסיע ריעל פלעיער אויפן קאמפיוטער וועסטו זעהן ביי יעדע ווידיאו וואס דו קוקסט אנליין אז זיי געבן דיר דעם אפציע פון עס סעיוון אויף דיין הארד דרייו, און דאס איז געווען ר' חיים'ס פראגע וואו עס ווערט געסעיווט.
קעי סי עס פי, וואס איז די פראבלעם, מען קאפיט עס און מען פיצט עס וואו מען וויל פונקט ווי יעדע אנדערע זאך אויפן קאמפיוטער, מען קען עס אפי' פלעין אנכאפן און שלעפן מיטן מייזל וויהין מען וויל.
נישט אז איך האב שוין פרובירט אבער איך זעה נישט פארוואס עס זאל נישט ארבעטן, וואנס עס ליגט ביי דיר אויפן הארדדרייוו קענסטו לכאורה טון דערמיט וואס דו ווילסט.