בלאט 1 פון 1

Flash Player – מה זה?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2008 3:30 pm
דורך זארעכפעפער
ביי זייער אסאך פלעצער האב איך א פראבלעם מיט'ן זען ווידיאו. עס קומט מיר ארויף דאס שווארצע קעסטעלע וואו די ווידיאו דארף שפילן, און טייל מאל שרייבט זיך אפילו אויף buffering אדער conecting to the medeia, אבער ביי דעם בלייבט עס. איך זע נישט גארנישט.

דארף איך עפעס דאונלאודן, אדער פעלט מיר עפעס א קעבל?

אויב איז דער פראבלעם אין דאונלאודן, וואס דארף איך לאדענען? וואו, וואס, ווען, וועל איך געהאלפן ווערן?

(אויב מאכט דאס אויס: איך ניץ JNET)

בתודה מקדם

Re: Flash Player – מה זה?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2008 5:01 pm
דורך פאטאקי08
הוא מותיב והוא מפרק


זארעכפעפער האט געשריבן:(אויב מאכט דאס אויס: איך ניץ JNET)

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2008 10:15 pm
דורך קרעמער
איך ווייס נישט אויב דאס באלאנגט אין דעם אשכול, אבער איך האב אויך א פראבלעם מיט זעהן ווידיאוס, אבער נאר ביי פייערפוקס. פעלט מיר עפעס א פלאג-אין?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2008 8:54 am
דורך זארעכפעפער
יישר כח פאטאקי, אבי כאטש איינער האט זיך געקימערט צו מיין פראבלעם. כ'גלייב אבער נישט אז דזשעי נעט זאל זיין דער פראבלעם.

עס קומען מיר ארויף עטליכע קאטאגאריעס (וואס כ'דערמאן זיך אויף די מינוט):

1] ס'פארהאנען ווידיאו'ס וואס איך קען געהעריג זען.

2] ס'פארהאן ווידיאוס וואס קומט ארויף דער שווארצער קעסטל (וואו די ווידיאו דארף שפילן), און עס שרייבט זיך אפילו אויף 'לאודינג', 'בופערינג' וכו' וכו', אבער ביי דעם בלייבט עס. איך גלייב נישט אז ביי דעם זאל דזשעי נעט זיין דער מעכב, ווייל אינעם "אינטערסאנטע לינקס" אשכול האב איך שוין פלענטי מאל געזען אז ס'געווען דארט לינקס וואס אסאך מעמבער דא וואס פארמאגן דזשעי נעט האבן דאס יא געזעהן און איך נישט.

3] ס'פארהאן ווידיאוס וואס קומט מיר בלויז ארויף דאס שווארצע קעסטעלע בלי סימנים, עס איז שטיל ער מעלדט נישט בופערינג וכו'. למשל, דער נעכטיגער CNN לינק צו די אטאקע אין ירושלים. און גראדע דארט איז דער ברענגער געווען 'צייטליך', וואס לפי ידיעתי האט ער אויך דזשעי נעט. משמע אז דער פראבלעם איז מיט מיר און האט קיין שייכות צו דזשעי נעט.

4] עס איז אויך טיילמאל פארהאן וואס קומט מיר ארויף א מעסעדזש אז איך דארף האבן 'פלעש פלעיער (אדאוב?). ווידער דאס זעלבע, כ'גלייב אז דאס האט נישט קיין שייכות צו דזשעי נעט.

5] און עס איז טאקע פארהאן פעלער וואו אויפן פלאץ פונעם ווידיאו קומט פשוט און פראסט ארויף דער באקאנטער JNET מעלדונג אז "ס'געבלאקט".

אלזא ווער עס קען מיר העלפן וועל איך אים דאנקבאר זיין.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2008 10:13 am
דורך סתם_אזוי
זארעכפעפער האט געשריבן:3] ס'פארהאן ווידיאוס וואס קומט מיר בלויז ארויף דאס שווארצע קעסטעלע בלי סימנים, עס איז שטיל ער מעלדט נישט בופערינג וכו'. למשל, דער נעכטיגער CNN לינק צו די אטאקע אין ירושלים. און גראדע דארט איז דער ברענגער געווען 'צייטליך', וואס לפי ידיעתי האט ער אויך דזשעי נעט. משמע אז דער פראבלעם איז מיט מיר און האט קיין שייכות צו דזשעי נעט.
אלזא ווער עס קען מיר העלפן וועל איך אים דאנקבאר זיין.


מיט מיין קאמפיוטער וואס האט דשעי נעט האב איך געקענט זעהן די ווידיא, און די וואס האט נישט דשעי נעט האב איך נישט געקענט זעהן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2008 10:13 am
דורך שוועמל
זרח.
כדי צו קענען אויפשפילן פלעש ווידיאוס דארפסטו האבן אינסטולירן אדאבי פלעש פלעיער. טיילמאל דארפסטו אויך האבן אדאבי מעקראמידיע פלעש פלעיער.

קענסט זוכן צו דו האסט עס אינסטולירט און ענעיבעלד, דורך גיין צו אפשענס>
פראגרעמס>
מענעזש עדד אנס, און סעלעקט די דראפ דאון פון 'עדד אנס קארענטלי לאודעד אין איי אי' און קוק צו 'שאקוועיוו פלעיער' איז ענעיבלד.

אויב נישט גיי צו אדאבי סייט> דאונלאודס, און זוך אויף פלעש פלעיער.



אויב רעדסטו פון א פארטיקליולער סייט, ביטע צייכן צו א מראה מקום

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2008 11:58 am
דורך זארעכפעפער
יישר כח שוועמל,

איך זאל אנצייכענען א מראה מקום? ואטו כי רוכלא וכו'. גראדע איינס האב איך שוין אויבן אנגעצייכנט, די CNN ווידיאו'ס זע איך נישט.

יא, איך האב געפאלגט דיינע אנווייזונגען און אלעס איז ב"ה אין בעסטן ארדערנונג. דער שאק וועיוו פלעיער איז געווען געהעריג אינעבלד.

דו ענדיגסט צו אז 'אויב נישט' זאל איך גיין צו אדאבי סייט וכו'. כ'פארשטיי נישט געהעריג וואס דו מיינסט מיט דעם 'אויב נישט', אויב נישט וואס?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 18, 2009 6:04 pm
דורך קרעמער
שוועמל האט געשריבן:זרח.
כדי צו קענען אויפשפילן פלעש ווידיאוס דארפסטו האבן אינסטולירן אדאבי פלעש פלעיער. טיילמאל דארפסטו אויך האבן אדאבי מעקראמידיע פלעש פלעיער.

קענסט זוכן צו דו האסט עס אינסטולירט און ענעיבעלד, דורך גיין צו אפשענס>
פראגרעמס>
מענעזש עדד אנס, און סעלעקט די דראפ דאון פון 'עדד אנס קארענטלי לאודעד אין איי אי' און קוק צו 'שאקוועיוו פלעיער' איז ענעיבלד.

אויב נישט גיי צו אדאבי סייט> דאונלאודס, און זוך אויף פלעש פלעיער.



אויב רעדסטו פון א פארטיקליולער סייט, ביטע צייכן צו א מראה מקום

איך האב לעצטנס פראבלעמען מיט פארשידענע סארט ווידיאוס, צב"ש ווען איך גיי צו "GRUNTIG" וועבזייטל קען איך נאר "זעהן" די קליפס, אבער נישט הערן (ווי ווינדערליך, אז נאכן באזוכן יענעם סייט, דארף איך פארלעשן דעם בראוזער, אנדערש הער איך שוין נישט קיין שום ווידיאו פון קיין שום אנדערע וועבזייטל!).

האט דאס צוטאן מיט "פלעש פלעיער"? וואו קען איך דאס טשעקן?

איך נוץ גוגעל-קראום, דערפאר קען איך נישט זוכן ביי אפשענס>פראגרעמס, עס עקזיסטירט נישט אזא אפציע.

יישר כחכם.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 18, 2009 6:10 pm
דורך מאיר
ביי אינטערנעט עקספלויער האב איך נישט קיין שום פראבלעם, אלע פלעש פלעירס ארבעטן א מחי', משא"כ בגוגל קראם, איינער קען העלפן ביטע?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 18, 2009 6:21 pm
דורך קרעמער
קרעמער האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:זרח.
כדי צו קענען אויפשפילן פלעש ווידיאוס דארפסטו האבן אינסטולירן אדאבי פלעש פלעיער. טיילמאל דארפסטו אויך האבן אדאבי מעקראמידיע פלעש פלעיער.

קענסט זוכן צו דו האסט עס אינסטולירט און ענעיבעלד, דורך גיין צו אפשענס>
פראגרעמס>
מענעזש עדד אנס, און סעלעקט די דראפ דאון פון 'עדד אנס קארענטלי לאודעד אין איי אי' און קוק צו 'שאקוועיוו פלעיער' איז ענעיבלד.

אויב נישט גיי צו אדאבי סייט> דאונלאודס, און זוך אויף פלעש פלעיער.



אויב רעדסטו פון א פארטיקליולער סייט, ביטע צייכן צו א מראה מקום

איך האב לעצטנס פראבלעמען מיט פארשידענע סארט ווידיאוס, צב"ש ווען איך גיי צו "GRUNTIG" וועבזייטל קען איך נאר "זעהן" די קליפס, אבער נישט הערן (ווי ווינדערליך, אז נאכן באזוכן יענעם סייט, דארף איך פארלעשן דעם בראוזער, אנדערש הער איך שוין נישט קיין שום ווידיאו פון קיין שום אנדערע וועבזייטל!).

האט דאס צוטאן מיט "פלעש פלעיער"? וואו קען איך דאס טשעקן?

איך נוץ גוגעל-קראום, דערפאר קען איך נישט זוכן ביי אפשענס>פראגרעמס, עס עקזיסטירט נישט אזא אפציע.

יישר כחכם.

יעצט הער איך פון א חבר אז די פראבלעם שאפט זיך טאקע פונעם סייט "GRUNTIG", והא ראיה אז זיין נארטאן אנטי-וויירוס מעלדט אים כסדר איבער פארשידענע צרה-לייט וואס ווילן אריינדרינגען אין זיין כלי ווען ער פארטיפט זיך אין א שטיקל "גרונטיג".

אלזא, מכאן הקריאה יוצאת: חברה, שטייט ווייט פון GRUNTIG, והיה בזה שלום.