בלאט 1 פון 1
קאפירן פון א קעמ-קארדער אויף א דוד'ל (DVD)
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2008 10:50 pm
דורך מיללער
איך האב א סאוני קעמ-קארדער וועלכע קומט מיט א קעיבל וואס פירט פונעם מאשינקעל צו א USB פארט, איך האב אינסטאלירט דעם סאפטווער וואס קומט דערצו, אבער לא זכיתי שתאמר, איך זעה נישט געהעריג וואס איך האב צו טאן ווייטער
האט איינער עקספעריענס מיט אזעלכע טונקעלע געשעפטן?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 20, 2008 3:08 pm
דורך מיללער
אויב קיין ענטפער ביטע לאזט א מעסעזש................
איז דא די טעכ-צענטער? כ'מיין קיינער ווייסט טאקע נישט פון וואס איך רעד?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 20, 2008 3:32 pm
דורך פיקח
מיללער האט געשריבן:אויב קיין ענטפער ביטע לאזט א מעסעזש................
איז דא די טעכ-צענטער? כ'מיין קיינער ווייסט טאקע נישט פון וואס איך רעד?
אקעי עמיר פראבירן דיר צו הלפן
די מוזט בעסער מסביר זיין וואס די דארפסט, וואסאר מאשין איז דאס, א דיווידי אדער א טעיפ,
און וואס פוקנליך ווילסטו טוהן מיטן ווייער
???????????????????????????????????????????????????????????????????????
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 20, 2008 3:59 pm
דורך מיללער
די טעיפ ליגט אונעם קעמ-קארדער וואו מ'קען עס VIEWען אויף א קליינע סקרין, אין ארדער עס צו קענען זעהן געהעריג מוז די טעיפ ווערן קאנווערטעד אויף א סי. די. אדער DVD, די נארמאלע וועג איז דאס ארייצוטראגן צו ליע עוו. פוטו און צאלט עטליכע 40 דאלאר פאר איעטש טעיפ.
עס ברויך אויף זיין א וועג דאס אליינס צו טאג מיט א קעיבל פונעם קאמ-קארדער ווען דער טעיפ איז דערינען צו א USB פארט אינעם קאמפיוטער, מען ברויך האבן די SONY סאפטווער דאונלאודעד, והך קאווע, דאס האביך געאן, אבער דערווייל אן ערפאלג.
עני אדער איידיע?
שכוח פיקח פארן זיך וואוסענדיג מאכן
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 20, 2008 4:14 pm
דורך thefact
וועלכע סאפטווער קומט דערצו?
קאפירן פונעם קעמ-קארדער צום קאמפיוטער קענסטו יא?
פארוואס רופסטו עס טונקעלע געשעפטן?
האסטו א DVD WRITER?
פארוואס עפעס קאפירן פונעם קעמ-קארדער צו א דוד'ל?
ווי גרויס איז די פייל?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 20, 2008 4:20 pm
דורך פיקח
מיללער האט געשריבן:די טעיפ ליגט אונעם קעמ-קארדער וואו מ'קען עס VIEWען אויף א קליינע סקרין, אין ארדער עס צו קענען זעהן געהעריג מוז די טעיפ ווערן קאנווערטעד אויף א סי. די. אדער DVD, די נארמאלע וועג איז דאס ארייצוטראגן צו ליע עוו. פוטו און צאלט עטליכע 40 דאלאר פאר איעטש טעיפ.
עס ברויך אויף זיין א וועג דאס אליינס צו טאג מיט א קעיבל פונעם קאמ-קארדער ווען דער טעיפ איז דערינען צו א USB פארט אינעם קאמפיוטער, מען ברויך האבן די SONY סאפטווער דאונלאודעד, והך קאווע, דאס האביך געאן, אבער דערווייל אן ערפאלג.
עני אדער איידיע?
שכוח פיקח פארן זיך וואוסענדיג מאכן
די מעשה איז אזוי, איך ווייס נישט וואסארא כלי די האסט אבער געווענליך קען מען נישט אראפ נעמען פון א טעיפ דורך א USB, ווייל א USB איז דיגיטאל און א טעיפ איז אנעלאג,
ממילא דארף מען האבן אזא ווידיאו קעיבל וואס ענדיגט זיך מיט א ענעלאג פלאג און מען דארף שפיעלן די גאנצע זאך ארויף אויפן PC עס איז נישט מעגליך עס צו מאכן אטאמאטיש, עסט קוקן אויף דיין כלי עסטו זעהן אזא רינדיכיגע לאך (געווענליך איז עס געל), דארט וועסטו קענען אריינלייגן א קעיבל פארן PC, אבער די וועסט דארפן האבן פאר דיין PC א ענעלאג צו דיגיטאל קאנווירטיר.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 20, 2008 5:21 pm
דורך מיללער
thefact האט געשריבן:וועלכע סאפטווער קומט דערצו?
SONY
קאפירן פונעם קעמ-קארדער צום קאמפיוטער קענסטו יא?
ניין
פארוואס רופסטו עס טונקעלע געשעפטן?
קרעטשמע שפראך
האסטו א DVD WRITER?
יא
פארוואס עפעס קאפירן פונעם קעמ-קארדער צו א דוד'ל?
ווייל איך וויל עס האבן למשמרת
ווי גרויס איז די פייל?
איך ווייס נישט
פיקח האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:די טעיפ ליגט אונעם קעמ-קארדער וואו מ'קען עס VIEWען אויף א קליינע סקרין, אין ארדער עס צו קענען זעהן געהעריג מוז די טעיפ ווערן קאנווערטעד אויף א סי. די. אדער DVD, די נארמאלע וועג איז דאס ארייצוטראגן צו ליע עוו. פוטו און צאלט עטליכע 40 דאלאר פאר איעטש טעיפ.
עס ברויך אויף זיין א וועג דאס אליינס צו טאג מיט א קעיבל פונעם קאמ-קארדער ווען דער טעיפ איז דערינען צו א USB פארט אינעם קאמפיוטער, מען ברויך האבן די SONY סאפטווער דאונלאודעד, והך קאווע, דאס האביך געאן, אבער דערווייל אן ערפאלג.
עני אדער איידיע?
שכוח פיקח פארן זיך וואוסענדיג מאכן
די מעשה איז אזוי, איך ווייס נישט וואסארא כלי די האסט אבער געווענליך קען מען נישט אראפ נעמען פון א טעיפ דורך א USB, ווייל א USB איז דיגיטאל און א טעיפ איז אנעלאג,
ממילא דארף מען האבן אזא ווידיאו קעיבל וואס ענדיגט זיך מיט א ענעלאג פלאג און מען דארף שפיעלן די גאנצע זאך ארויף אויפן PC עס איז נישט מעגליך עס צו מאכן אטאמאטיש, עסט קוקן אויף דיין כלי עסטו זעהן אזא רינדיכיגע לאך (געווענליך איז עס געל), דארט וועסטו קענען אריינלייגן א קעיבל פארן PC, אבער די וועסט דארפן האבן פאר דיין PC א ענעלאג צו דיגיטאל קאנווירטיר.
איך הער דיין סברא, אויב אזוי ווייס איך עם הארץ נישט וואס דער קעיבל דארף דינען, און וואס די גאנצע סאפטווער איז אלל עבאוט, איך וועל פרובירן צו ליינען די אינסטראקשענס אין דיטעיל און אייך לאזן וויסן וויאזוי עס האט זיך געענדיגט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 13, 2008 8:30 am
דורך מיללער
אקעי איך וועלט אייך נישט האלטן געשפאנט, איך האב מיר איינגעהאנדלט דורך 'אמת-זיין'
דעם פינעקל רעקארדער פאר נישטיקע כמו-פערציג טאלער, קיין שיפינג טשארדשערס און וואונדער איבער וואונדער ער טוט די ארבעט אומגעשטערט, ער קען ארויפשטעלן גלייך אויף א DVD אדער דאונלאודען אויפן PC וואו מ'קען דערנאך פאררעכטן און מסדר זיין דען מאווי (א שטייגער ווי וואונדאוס מאווי-מאכער).
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 18, 2008 1:19 pm
דורך אלץ-ווייסער
מילער'קע
איז דאס בלויז סאטפוועיר, אדער א הארדוועיר קארטל אויך?
ווייל אויב נאר סאפטוועיר, קען מען האסן אזעלכע זאכן בכנם? סארי בחנם?
ניין?