בלאט 1 פון 1

איבערשפילן א DAT פייל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 14, 2008 2:22 am
דורך שוועמל
אסך מאל ווען מען דאונלאדט פון א סטרימינג ווידיאו אדער פלעש וועט דער פייל באקומען א DAT עקסטענשאן.

וויאזוי קען מען דאס איבערשפילען? כ'אב פרובירט מיט VCL און מיט 'מידיע פלעיער קלעסיק' אבער ס'יז נישט געגאנען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 14, 2008 9:57 am
דורך פיקח
מיט orbit downloader וועט ער עס אלעמאהל דאונלאודען אויף די ארגינעלע פארמאט, מען קען דארט דאונלאדען אלע מיני ווידיאס סטרימינג און פלעש וכדו', יעדעס מאל ווען מען מאכט אויף א סייט וואס האט ווידיאס וועט ער לייגן לעבן דעם ווידיא א קנעפל וואס וועט עס אטאמאטיש דאונלאודען, עס איז זייער א גוטע פראגרעם.
והעולה על כולם לכבוד חודש אדר איז עס בחנם.................

http://www.orbitdownloader.com

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 14, 2008 10:21 am
דורך שוועמל
ארביט האב איך שוין געהאט און אנאינסטולד. ס'נעמט איבער קאנטראל פון צופיל זאכן, ער זאל מיר נישט בעל בתי'ווען דא.

חוצמזה, האב איך נישט געזען אזא באטטאן נעבן פלעש צו קענען דאונלאדן קיינמאל,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 14, 2008 11:46 am
דורך פיקח
שוועמל האט געשריבן:ארביט האב איך שוין געהאט און אנאינסטולד. ס'נעמט איבער קאנטראל פון צופיל זאכן, ער זאל מיר נישט בעל בתי'ווען דא.

חוצמזה, האב איך נישט געזען אזא באטטאן נעבן פלעש צו קענען דאונלאדן קיינמאל,


ביי די רעכטע זייט אונטן אויפ'ן סקרין ביי די ORBIT באטאן אויב די מאכסט א רייט קליק וועט זיין אין די מעניו grab++ דאס מיינט אז ער גרעבט עס אטאמאטיש. גיב נאר א קוועטש דארט וועסטו זעהן וואס איך רעד.
שנית קענסטו סעטן אין די ORBIT SETTINGS אז ער זאל נישט זיין די דיפאלט דאונלאודער, ממילא וועט ער נישט זיין ביי דיר קיין בעלי הבית.....