בלאט 1 פון 1
אראפנעמען א פראטעקדעד לייסענס פון א WMA פייל?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 2:17 pm
דורך פאטאקי08
איך וויל מאכען א MP3 פון א סי די וואס האט אויף זיך א פראטעקטעד לייסענס
איך ניץ דעם פראגרעם סוויטש און ער קען דאס נישט קאנווערטען ווייל עס איז פראטעקטעד
איז דא אנייצע דערפאר?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 3:34 pm
דורך Jewboy
וועלכע סי די איז עס? אפשר קען איך דיר העלפן, איך מיין איך האב אלע נייע/אלטע סי די'ס.
אדער פשוט ריפ עס מיט ווינדאו'ס מידיע פלעיער און ווען ס'בעט פאר א לייסענס קליק יעס, אוב סיגייט נישט קליק מיר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 3:37 pm
דורך פאטאקי08
שכח הרב דזשובוי
עס איז שוין א געריפטע סידי
און עס איז א חתונה פון א שוואגער מיינער פון דריי יאר צוריק
איך קען עס ארויףלייגן אויף א פאקעט פיסי אבער נישט טוישן פון WMA צו MP3
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 3:50 pm
דורך Jewboy
אז ס'איז שוין א געריפטע סי די דארפסטו זיכער קענען עס נאכמאכן, לגבי פאקעט פי סי קען איך מיר נישט אויס.
בעט ר' גוגל פאר א גוטע פראגראם, צו קאנווערטן, איך האב אויך פראגראם'ס באט איך דארף עס סירטשן אין מיין קאמפיוטער.
עניוועי אויב געסטעך נישט אנייצע קליק אגען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 4:44 pm
דורך פאטאקי08
א ריזיגען דאנק פארן ארויסהעלפן
יעצט וואס איז דא א בעסערע ווי סוויטש?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 4:45 pm
דורך פאטאקי08
די איינציגסטע אן קיין טרייעל איז סוויטש
די איבעריגע קאסטן געלט אדער א טרייעל וואס די קענסט נאר קאנווערטן איין מינוט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 5:01 pm
דורך Jewboy
געב מיר אן אימעיל אדרעס כ'וועל דיר שיקן א פראגראם צוויי, איך האב עס נאכנישט גענוצט, סידארף לכאורה זיין גוט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 6:08 pm
דורך פאטאקי08
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 10:37 pm
דורך מאשקע
זוך אויף דעם פראגראם מיט'ן נאמען "super". כשמו כן היא, און אומזיסט.
אויב דו טרעפסט עס נישט, קליק אגען, און כ'וועל דיר עס שיקן.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 02, 2007 9:48 am
דורך פאטאקי08
קליקעד אגען
איך קען נישט אראפנעמען דעם סופער
עס קומט מיר ארויף א דזשאווא סקריפט ערארר
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 02, 2007 10:03 am
דורך פאטאקי08
ענדלעך האב איך שוין דעם סופער אלעס איז שוין אנגעסעט און אנגעשטעלט איך טרעפ נאר נישט דעם "געגאנגען" באטאן
???????????????
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 02, 2007 11:27 am
דורך איך_הער
פאטאקי, דיין תגובה איז אביסל צומישט, שרייב קודם מאשקע, און דערנאך לייג די אלע קוועשן מארקס.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 02, 2007 12:59 pm
דורך פאטאקי08
שכח דזשובוי פאר די אימעיל אבער ביידע פראגערעםס לאזן נישט צו קיין פראטעקטעד WMA'ס
אן עקסטערן שכח פאר מאשקע יר"ה פארן מיך ארויסהעלפן מיט דעם סופער
למעשה קען ער אויך ארבעטן אויף פראטעקטעד זאכען
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 02, 2007 1:17 pm
דורך פאטאקי08
יאפס מאשקע'ס עצה האט געארבעט!!!!!!!!!!!!!!!!
ער האט מיר געהייסען מאכען א סידי פון דעם פייל און עס צוריק ריפן אין קאמפיוטער און אראפ מיט דעם לייסענס שמייסענס
דארף איך יעצט נאר אפיר זיכען דעם ישר כח אשכול
אלענפאלס איין וואויט האט ער שוין דערווייל!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 03, 2007 8:27 pm
דורך מאשקע
גלאט אז איך האב געקענט זיין פון הילף (איבערגעזעצט פון ענגליש...)
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 03, 2007 9:52 pm
דורך פאטאקי08
מאשקע זיי אזוי גוט און גרייט מיר אן דא א ישר כח זאץ
און איך וועל עס אריין פעיסטן אין די אויבן דערמאנטע אשכול...
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 04, 2007 1:36 am
דורך קרעמער
מאשקע האט געשריבן:גלאט אז איך האב געקענט זיין פון הילף (איבערגעזעצט פון ענגליש...)
דערמאנסט מיר: היינט געליינט אין באלייכטונגען (איבערגעזעצט פון לה"ק אויף אידיש) "מיט אים די אנטשולדיגונג".
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 20, 2007 2:15 pm
דורך שוועמל
dvddecrypter
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 20, 2007 4:07 pm
דורך פאטאקי08
שכח שוועמל