בלאט 1 פון 1

מאדנע: איך קען נישט זעהן די קליפס פון ה'צופר'

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 08, 2007 7:43 pm
דורך שוועמל
לעצטענס פאסירט אין מיין אפיס קאמפיוטער - IE7 XP - אז ווען איך וויזיט די סייט פון 'צופר' צו קוקן די קליפס קען איך נישט 'זעהן' די קליפ, איך קען בלויז הערן......

דאס מיינט אז א פלעש-פלעיער האב איך וויבאלד איך קען דאך אלעס הערן, נאר פאר סאם ריזאן קען איך נישט זעהן, עס ווערט א שווארצע סקרין דארט ביים פענסטערל .

עני העלפ?

גיט א קוק למשל דא
http://www.tsofar.com/zofar/mashtap/show.asp?id=43

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 08, 2007 9:18 pm
דורך סאכדעס
איך קען ברוך השם זעהן און זעהן. גאט זאל העלפן ווייטער, אפשר ברויכסטו פארעכטן דיין בלויע אויג...

איך האב אנאנדער פראבלעם, ביי מיר הצופר קומט אלעמאל אן די עקאנדינג פארדרייט. יאך ברויך עס טוישן צו היברו, עס פאסירט נאר ווען איך וויל זען א קליפ, ביי די אנדערע בלעטער פאסירט עס נישט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 08, 2007 9:32 pm
דורך איך_הער
איך האב די זעלבע פראבלעם, ווי סאכדעס זז"ג.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 12:33 am
דורך שוועמל
דא האט איר אבילד פון וואס איך זעה אגאנצן צייט.

מאדנע איז אז איך קען יא הערן, נאר עפעס איז ראנג מיטן חלק הזעהן וד"ל

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 10:08 am
דורך סאכדעס
און דא א בילד פון מיין פראבלעם מיט יאכער.

נישט אז מיר האבן פראבלעמען איינער מיטן אנדערן חס וחלילה, נאר ביידע האבן מיר דעם זעלבן פראבלעם..

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 10:14 am
דורך אלץ-ווייסער
צופר איז איז MASHUP פלאטפארמע, איז מאכט געפערליכע צרות.
למשל, איך האב דעם זעם זעלבן פראבלעם ווי סאכדעס מיט אידיש
ארויפלאדירן איז ממש א נייטמיער
אריינלאגירן מאכט צרות.

בקיצור, א בחור'ישע ארבעט מיט אלע ציגעהערן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 10:28 am
דורך סאכדעס
אה יא אריינלאגירן האב איך אויך א פראבלעם.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 10:30 am
דורך קרעמער
ביי מיר ארבעט די אידיש גאנץ פיין, אויך זעהן קען מען, דער פראבלעם איז אבער אז עס האקט זיך גאר שנעל איבער אינדערמיט (קען זיין דאס איז מיין דסל פראבלעם)

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 10:50 am
דורך סאכדעס
אפשר פארבעט מען ביל געיטס זאל אוועקגעבן פאר די קרעטשמע א האלבע שעה, און העלפן אלעמען מיט זיין פראבלעם, כ'מיין אז רוב פון דעם פארום וועט זיין אומוויכטיג.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 11:07 am
דורך אלץ-ווייסער
אוי דעם צרה לייט ברענג נישט.
אויב קענסטו ברענגען נאכאמאל גוגעל, זיי מוחל און קלינג אים אן. געיטס לאז אינדערהיים.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 12:51 pm
דורך פאטאקי08
אלץ ווייסער א קניפ אין בעקל

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 8:03 pm
דורך שוועמל
אלץ ווייסער, וואס מיינט א מעש-אפ פלאטפארמע ? און וואו קען מען זען אינפא דערוועגן?

סאכדעס
פאר דיין אידיש פראבלעם מיין איך טוה פאלגענד:
ווען דו עפנסט א צופר לינק גיי צו VIEW

> ENCODING
> סעלעקט היברו
> נעם אראפ די טשעק פון AUTO SELECT

פארמאך דעם בראוזער און פרוביר אריינגיין אין נאךא פאר לינקס פון צופר זיכער מאכן אז עס קומט אויס היברו

לאז וויסן אויב די פראבלעם איז געסאלווד

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 11:54 pm
דורך אלץ-ווייסער
א מעשאפ איז א קאמפליצירטע וועבסייט וואס שטעלט צונויף דאטא פון מערערע סאורסעס, און פובליק API'ס,
קוק דא פאר מער אינפארמאציע.
http://en.wikipedia.org/wiki/Mashup_%28 ... _hybrid%29

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 10, 2007 10:35 am
דורך סאכדעס
שוועמל יאך נוץ Avant Browser און איך האב נישט קיין אפשען אראפצונעמען דעם טשעק פון אוטוי סעלעקט

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 10, 2007 10:47 pm
דורך שוועמל
מיין ראט: פרוביר אויב ביי אינטערנעט אקספלארער האסטו אויך פראבלעמען.

הגם איך גלויב אז ביי אווענט קען מען אויף עפעס א וועג דאס אויך איינשטעלן

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 18, 2010 7:39 pm
דורך ריקוד
ביי מיר קען מען נישט זעהן קיין איין ווידיאו!!
בין איך די איינציגסטער מיט די פראבלעם?
[בדרך אגב: יא, כ'בין גוט קענעקטיד צו די וועב]

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 18, 2010 8:48 pm
דורך ohrchodosh
גם אני בחלומי, איך קען גארנישט זעהן דארט

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 18, 2010 9:21 pm
דורך קהת
איך קען אויך נישט זעהן. איך האב מורה אז נאכן פסק הלכה פון די רבנים צו פארמאכען די טמנע סייטס האבען זיי אראפ גענימען אלע קליפס והא ראי' אז די קליפס פון די רבנים קען מען יא זעהן