בלאט 1 פון 1

א גיטע דיווידי ריפער און קאנווערטאר

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 16, 2007 9:51 pm
דורך אלץ-ווייסער
איך זיך א גוטע דיווידי ריפער און קאנווערטער אדער EDITOR
איך ווייס אז אדאבי האט די בעסטע אזא פראגראם

איך וואלט געוואלט בעטן ווער עס האט א פשוט'ע פראגראם צו עדיטען א דיווידי פארמאט
עס וואלט מיר שטארק געקענט צונויץ קומען.

א דאנק.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 17, 2007 11:38 am
דורך נאטורליך
וויאזוי הייסט די פראגראם ביי adobe

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 17, 2007 12:12 pm
דורך אלץ-ווייסער
אדאבי פריימיער. די פריימיער איז די טאפ אוו די ליין.
איך וואלט געקענט נוצן א פשוט'ע עדיטאר, וואס קען עדיטאן א VOB פייל, צו קראפן עטליכע שטיקלעך פון א DVD
איך האב באקומען אסאך אינטרעגאנט סחורה פון עטליכע אלטע DVD'ס, אבער איך דארף נאר געוויסע חלקים.

איבריג צי זאגן, אז ווען איך האב, האט דער ציבור נישמירנישדיר אויך הנאה. (בבחינת במקום שאין איש וד"ל)

ווער קען העלפן ביטע?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 17, 2007 12:20 pm
דורך נאטורליך
איך האב דעם פראגראם. ווי קןמט דער קאץ איבערען וואסער?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 17, 2007 12:30 pm
דורך אלץ-ווייסער
פילייכט קענען מיר גוגל טאלקען
און מיר'ן זען ווייטער וואס מ'קען

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 17, 2007 12:37 pm
דורך נאטורליך
פילייכט וואלט דאס געווען א געוואלדיגע עצה. אלזא ביזטו מכובד צו גוגלטאלקען natirlich@gmail.com

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 17, 2007 2:44 pm
דורך פאטאקי08
און אונז קענען מיר נישט הנאה האבן פון דעם גוגל טאלק שמועס?
עס מיז גיין פריוואט?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 17, 2007 11:08 pm
דורך אלץ-ווייסער
איך האב געזוכט און געזוכט א גוטע גרינגע פראגראם (פאר אומזיסט שטייטזעך).

ענדליך האב איך געטראפן (מיט א גוטע קרעק שטייטזעך)
די פראגראם הייסט "AOA דיווידי ריפער.

א געשמאקע קליינע גרינגע פראגראם, וואס מאכט דעם דזשאב א1.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 18, 2007 9:16 am
דורך נאטורליך
יגעת מצאת.
טייל עס מיטען עולם דא, א דאנק