בלאט 1 פון 2
קאנווערטן קאסעטעס צו מוזיק פיילס
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 25, 2007 12:45 pm
דורך לחיים ולברכה
איך האב זייער אסאך אלטע ניגונים טעיפס, און כ'וויל זיי האבן אין קאמפיוטער, וויאזוי טוט מען דאס, וואס דארף מען האבן דערצו, וואס קאסט דאס?
ווער עס האט אן השגה אין דעם ענין זאל מיר ביטע ארויסהעלפן.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 25, 2007 6:03 pm
דורך שמעק_טאביק
ס'איז פאראן אזוייפיל צו שרייבן דערוועגן. מאך נאר א "סוירטש" אויף גוגל (Cassette to MP3) וכדו', וועסטו שוין זעהן וויפיל קאמפאניס שטעלן דיר צו פון גאר ביליג ביז גאר טייער פאר מער אפציעס.
די פשוט'סטע וועג איז דאונצולאודן דעם פראגראם AUDACITY, עס איז אומזיסט, טויזענטער מענטשן נוצן דאס ווייל עס איז די בעסטע פאר אומזיסט (מאך א סוירטש ארויף דעם אויך, וועסט עס תיכף טרעפן), און נעם א קלארן טעיפ-שפילער, און נעם א קעיבל וואס מ'לייגט אריין אין א העדפאונס דזשעק (איך מיין עס רופט זיך 2.5mm קעיבל) (אדער 3.5mm), פון ביידע זייטן די זעלבע, שטעק אריין איינס אין דעם העדפאונס פלאג פון דיין טעיפ-שפילער, און די צווייטע צו "ליין-אין" אין דעם סאונד קארד פון דיין קאמפיוטער, און עפן דעם א.ד. פראגראם און דרוק "רעקארד". קענסט לאזן לויפן ווילאנג דו ווילסט. דו קענסט שפעטער צוטיילן טרעקס, אויסמעקן געוויסע חלקים וואס דו ווילסט נישט מען זאל הערן, שטילער/העכער מאכן, וכדו'. דו קענסט עס דערנאך סעיוון פאר א WAV פייל, וואס איז זייער קלאר (CD Quality) אבער פארנעמט גאר אסאך פלאץ אין קאמפיוטער, אדער סעיוון פאר אן MP3. ס'איז כדאי צו וויסן אז MP3 האט אויך געוויסע מדריגות אין קלארקייט, ווענדט זיך ווי שטארק עס איז קאמפרעססד (צוקוועטשט). AUDACITY מאכט דאס נאר אויף דעם קלענסטן מדריגה, פון 128 KBPS. פאר רוב מענטשן איז דאס איבער גענוג.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 25, 2007 9:45 pm
דורך גאליציאנער
בס"ד
כ'האב געניצט AUDACITY
נישט ציפרידען געווען
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 25, 2007 9:56 pm
דורך שמעק_טאביק
ווידעראום איך נוץ עס אסאך, איך בין זייער צופרידן. וואס איז דיין פראבלעם? אפשר קען איך דיר העלפן? לפי ידיעתי איז עס זייער גרינג און יוזער-פריינדליך.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2007 11:03 am
דורך לחיים ולברכה
שקויעך טאביק פאר דיין הילף. זאלסטו זיין געבענטשט.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2007 11:24 am
דורך צייטליך
א גרויסען שכויעך שמעק טאביק,
איך דארף עס פאר א צווייטע סיבה, כ'זיך שוין לאנג צו דאונלאודן פאר פרייי אן אפצאל א פראגרעם וואס מען קען זיך אליינס רעקארדן, מ'קען ארויפלייגן איין טרעק אויפן צווייטען אד"ג, הגם ס'איז נישט די פראפעשענעל פראגרעם, אבער פאר אימזיסט איז עס זיכער גוט, כ'האב עס אקורשט געדאונלאד, אבער כ'גלייב אז עס האט צענדליגע אפשענס זיך צו שפילן דערמיט,
נאכאמאל א גרויסן שכויעך, און איך נעם אן דיין אנבאט איבער די פרייע הילף אויך....
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2007 11:52 pm
דורך אלץ-ווייסער
שמעק טאביק, געוואלדיג.
דיין ארטיקל איז זייער באלערנד און וויפיל איך קען AUDICITY איז עס ריכטיג.
ביי די וועי, עס איז פאראן א קליינע מאשינקע וואס מ'קען דערין אריינלייגן א טעיפ, און מ'פלאגט עס אריין אינעם USB און עס קאפירט דעם גאנצן טעיפ אויף אן MP3
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 13, 2007 2:40 pm
דורך בני היכלא
אלץ ווייסער, האסט אפשר א לינק אדער א נאמען פון די מאשינקע?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 13, 2007 8:23 pm
דורך thefact
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 18, 2007 12:11 pm
דורך בני היכלא
יישר כח!!!!
די פאקט
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 21, 2007 1:19 pm
דורך פאפיגיי
איך זוך זייער שטארק א גוטע פראגראם צו אריבערצולייגען טעיפ'ס צום קאמפיוטער, איך האב געדאונלאודט די "אודעסיטי" פראגראם וואס די קרעטשמעריסטען האבן רעקאמענדירט, און איך האב עס אויספרובירט, און עס איז אינגאנצען נישט אוועקצומאכען, עס איז גאנץ גוט, אבער אין קאמפיוטער איז דא א פראגראם וואס הייסט סאונד-רעקארדער, וואס דאס רעקארד עפעס אויסטערליש געוואלדיג!!! עס ריקארדעט טאקע אויף וועיוו פארמאט, וואס נעמט אויף זייער אסאך פלאץ אינעם קאמפיוטער, אבער מען עס שפעטער קאנווערטן צו אן אנדערע פארמאט, א שטייגער ווי מפ3, און די קלארקייט בלייבט! עס איז אזוי קלאר, אז טייל מאל איז עס נאך קלארער ווי די מקור אליינס אויפן טעיפ!
וואס איז אבער די חסרון? אז איך קען נישט רעקארדען מער ווי א מינוט אין א צו, נאך א מינוט שטעלט עס זיך אפ, און אויב וויל איך ממשיך זיין דארף איך זיין גרייט אויפן פלאץ, און געבן גלייך בליץ שנעל א דרוק אויפן קנעפל עס זאל ווייטער גיין, און אזוי יעדע 60 סעקונדעס, וואס איז קיין תכלית נישט ווי פארשטענדליך. ווייסט איינער אן עצה דערפאר ווי אזוי מען קען אנשטעלן אז עס זאל רעקארדען פאר לענגער וויילעס???
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 21, 2007 1:30 pm
דורך thefact
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 21, 2007 1:33 pm
דורך פאפיגיי
וועלכע זאל איך דאונלאודען, די 1טע אדער די 2טע?
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 21, 2007 1:34 pm
דורך thefact
די זעלבע זאך (MIRROR)
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 21, 2007 1:36 pm
דורך פאפיגיי
וואס איז די חילוק? און וואס מיינסטו מיט ()?MIRROR
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 21, 2007 1:40 pm
דורך thefact
די זעלבע זאך נאר פון צוויי דאונלאוד לאקעשנ'ס
איינס שפיגל'ט דאס צווייטע און דאס ווערט אנגערופן אין technical terms מירראר... א שפיגל...
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 21, 2007 1:44 pm
דורך פאפיגיי
שכוח
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 22, 2007 5:57 pm
דורך לאקשען ברעט
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 02, 2008 9:38 am
דורך פיקח
רבותי הערט מיר אויס,
עס איז דא א אפראגרעם פון ADOBE עס ווערט גערופן עדאבי AUDITION מען קען דאונלאדן א טרייעל פון עדאבי פאר דעם, עס איז זייער זייער גוט פאר רעקארדען סאונד עס איז נישט קיין שווערע פראגרעם, און עס האט זייער אסאך באקוועמליכקייטן. טשעט עס אויס ביי
http://www.adobe.com/products/audition/
מען קען דארט באקומען א טרייעל, מען דארף נאר זיין א מעמבער ביי זי וואס דאס איז בחינם און גרינג. אויב איינער איז אינטרעסירט וועל איך פאוסטן די קאוד פאר דעם מען זאל נישט דארפן סאפלייען די קאמפעני מיט $$$$$.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 02, 2008 11:20 pm
דורך לאז געמאכט
וואס פונקטליך טוט די מאשינקע? עס ריקארד עס שנעלער? ווי עס קוקט אויס קען מען מיט אביסל ווייכגעצייג (סאפטווער) עס אויך טון טא וואס פעלט אויס צו קויפן דעם פופציג טאלערדיגע מאשין?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 03, 2008 12:20 am
דורך לאקשען ברעט
פיקח האט געשריבן:רבותי הערט מיר אויס,
עס איז דא א אפראגרעם פון ADOBE עס ווערט גערופן עדאבי AUDITION מען קען דאונלאדן א טרייעל פון עדאבי פאר דעם, עס איז זייער זייער גוט פאר רעקארדען סאונד עס איז נישט קיין שווערע פראגרעם, און עס האט זייער אסאך באקוועמליכקייטן. טשעט עס אויס ביי
http://www.adobe.com/products/audition/מען קען דארט באקומען א טרייעל, מען דארף נאר זיין א מעמבער ביי זי וואס דאס איז בחינם און גרינג. אויב איינער איז אינטרעסירט וועל איך פאוסטן די קאוד פאר דעם מען זאל נישט דארפן סאפלייען די קאמפעני מיט $$$$$.
יאפס כ'בין אינטערעסירט
שקויעך
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 03, 2008 11:24 am
דורך פיקח
לאקשען ברעט האט געשריבן:פיקח האט געשריבן:רבותי הערט מיר אויס,
עס איז דא א אפראגרעם פון ADOBE עס ווערט גערופן עדאבי AUDITION מען קען דאונלאדן א טרייעל פון עדאבי פאר דעם, עס איז זייער זייער גוט פאר רעקארדען סאונד עס איז נישט קיין שווערע פראגרעם, און עס האט זייער אסאך באקוועמליכקייטן. טשעט עס אויס ביי
http://www.adobe.com/products/audition/מען קען דארט באקומען א טרייעל, מען דארף נאר זיין א מעמבער ביי זי וואס דאס איז בחינם און גרינג. אויב איינער איז אינטרעסירט וועל איך פאוסטן די קאוד פאר דעם מען זאל נישט דארפן סאפלייען די קאמפעני מיט $$$$$.
יאפס כ'בין אינטערעסירט
שקויעך
האסט שוין די אינסטאלעישען פיילס??
אויב יא אינסטאל עס און טשעק אויב מען קען אריינלייגן א קויד, אויב יא לייג אריין דעם קאוד 1137-1166-2623-3193-0397-7006. הצלחה רבה
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2008 1:58 pm
דורך יואלי
לאז געמאכט האט געשריבן:וואס פונקטליך טוט די מאשינקע? עס ריקארד עס שנעלער? ווי עס קוקט אויס קען מען מיט אביסל ווייכגעצייג (סאפטווער) עס אויך טון טא וואס פעלט אויס צו קויפן דעם פופציג טאלערדיגע מאשין?
גם אני מצטרף איך בעט זייער ווער עס קען זיך נעמען די מי אין אראפשרייבן בקיצור נמרץ וואס דא גייט פאר וואס טוט די מאשין וואס טוט מען מיט די סאפטווער וכדו'
און צו מען קען בכלל קאפיען שנעלער ווי די נארמאלע ספיד פון א טעיפ.
וזכוס הרבים טלוי בו. יישר כח
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2008 8:20 pm
דורך ליפא
איך ווארט נאך אלץ צו הערן פון איינער וואס האט שוין עפעס אויספרובירט
איך האב אפאר לעדלעך מיט טעיפס און אסאך פון זיי וויל איך ארויפלייגן אויפ'ן אייפאד
איך זוך א גרינגע איינפאכע וועג מיט א פשוט'ע ווייער וואס איך האב שוין אפילו צוויי דערפון.....
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2009 1:13 pm
דורך יגדיל
איך כהאב געקופט דעם ווייער
אבער סוף כל סוף ווייס איך נישט וואסארא פראגראם אראפ צולאדענען איך וויל וויסען ווער עס האט עפעס אויספראבירט ?
אין עס איז כדאי אראפ צונעמען
אין עס איז קלאר
ווער עס ווייסט ביטע העלפען ייש"כ