בלאט 1 פון 1

איז שייך צו צוטיילן א ווידיא פייל?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 09, 2010 1:56 am
דורך imzist
איינער וויל מיר שיקן א גרויסן ווידעא פייל, פון קנאפע 4 גיג. די פראגראם וואס איך האב, ערלויבט נישט אזאלכע גרויסע פיילס. איז שייך צו צוטיילן דעם פייל אין צווייען, אדער אפילו אין מער?

ואגב דאגב, וואס האט ממש נישט קיין שייכות צום ענין. איך האב אין באזיץ, א ווידיא פון א שעה אנטדערטהאלבן, און עס נעמט אויף נישט מער ווי א האלבער גיג. פון די אנדערע זייט, האב איך א פייל פון קוים צוואנציג מינוט, און עס איז גרויס פונקט א גיג. מיין שאלה צוטיילט זיך אצינד אין צווייען.

קודם כל, וואס איז טאקע דער ביאור הענין? ולכשתמצי לומר, אז עס ווענדט זיך אסאך אין וויאזוי עס איז רעקארדירט געווארן און שפעטער געסעיווד געווארן, איז די שאלה צי עס איז שייך עס צו קאנווערטן צו א קלענערע סייז, עס זאל סיי אויפנעמען ווינציגער פלאץ, און אויך מער הענדי צו טראנספערירן פון איין ארט צום צווייטן.

נרצה - ווער עס קען ענטפערן די שאלות איז באוויליגט ביי מיר עכ"פ. מסתמא ביים רבוש"ע אויכעט, ווייל ער טוט א טובה פאר א צווייטן איד.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 09, 2010 2:20 am
דורך imzist
יעצט כאפ איך זיך, אז עס האט שוין איינמאל שייכות די 2 שאלות. ווייל את"ל, אז מען קען נישט צוטיילן, זאלסטו נישט מיינען אז מען זאל זיך מייאש זיין, קומט די צווייטע שאלה און זאגט: יאוש איז נישט פארהאנדן. אולי איז דא אן אויסוועג, דאדורך וואס יענער זאל קאנווערטן זיין פייל צו א קלענערער סייז, און דאן וועט עס גרינגערהייט אנקומען צו מיר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 09, 2010 8:58 am
דורך מי יודע
קענסט עס צוטיילן ביי מאווי מעיקער
קומט געונליך אין יעדע קאמפיוטער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 09, 2010 10:09 am
דורך ohrchodosh

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 09, 2010 3:01 pm
דורך imzist
אויף וועלכע פראגע?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 09, 2010 3:33 pm
דורך imzist
אזוי אויך, זע איך דארט אז דאס ארבעט נאר מיט os ביז ווינדאוס 7. דו ווייסט עפעס פאר 7?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 09, 2010 5:22 pm
דורך ווער בין איך?
וואס איז די עקסטענשאן פון די 4 גיג ווידיאו און וואס איז די עקסטענשען פון די אנדערע?

לכאורה איז די גרויסע קאפירט פון א די ווי די איז עס כמעט פיר גיג, און די אנדערע איז קאפירט און נאכדעם קאנווערטעד צו א קלענער פארמאט (למשל .MP4).

מען קען עס טוהן מיט Total Video Converter, איך גלייב מען קען טרעפן א פרי טרייעל דערפאר (איך האב די פולע ווערסיע).

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 09, 2010 6:15 pm
דורך זושאלע
צעטייל נישט גארנישט, צע׳משחית נישט, בעסער שיק עס דורך
http://www.yousendit.com

זייער אנגענעם און געשיקט, און נאכדערצו בחינם..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 09, 2010 6:41 pm
דורך ווער בין איך?
yousenit קען מען נאר בחינם ביז הונדערט מב.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 09, 2010 7:59 pm
דורך סאדע_באטל
שיק מיט WETRANSFER.COM

[קרעדיט: למעלה משבעים]

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 09, 2010 8:07 pm
דורך ווער בין איך?
נאר ביז צוויי גיג, ער האט א פייל פון פיר גיג.

מיט ווינראר קען מען צוטיילן א פייל אין אפאר פיילס און דער וואס באקומט עס שטיקלט עס צוריק צאם, א מורא'דיגע פיטשער.

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 10, 2010 4:05 am
דורך ohrchodosh
I use Quick Media Converter for windows 7, its great
(Sorry I can't type yiddish from the black bear)