בלאט 1 פון 1
הילף: מיין DVD קומט נישט ארויס
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 20, 2010 10:09 pm
דורך שוועמל
אין מיין נייעם דעלל לעפטאפ האביך אקוראשט אריינגעשטעלט א נייע DVD פון שיעורי תורה, און בומפס... ס'קומט נישט צוריק ארויס. וויפיל איך דרוק דעם 'עזשעקט' באטטאן העלפט עס נישט, פשוט ער ריספאנדט נישט צו מיר.
דער דיסק קאמפארטמענט האט נישט דעם פיצי לעכל אריינצושטעקן א נאדל, עס איז ענליך צו די מעק קאמפיוטערס וואס האבן בלויז א מויל איינצושלינגען דעם דיסק אבער צוריק גייט א קאזע, כ'אף ער וועט זיך נישט שטיקן דערמיט דארטן ה"י.
מזיכרון איז פארהאן א קאממענד וויזוי מען קען עזשעקטן א סידי, איינער ווייסט וואס די קאממענד איז?
רבותי העלפט!
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 20, 2010 10:47 pm
דורך שוועמל
pic
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 21, 2010 4:47 am
דורך ווער בין איך?
Iso buster could help you.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 21, 2010 4:50 am
דורך לאז געמאכט
מיין שוועסטער האט געהאט אזא מעשה מיט א נייע דעל וואס כ'האביר געקויפט פאריגע וואך... זי האט מיך געקאלט און אויך דעלל באט למעשה ארויס גענומען האט זי עס אליינס... כ'האב איר געפרעגט וויזוי זאגט זי אז זי ווייסט נישט... ס'איז ארויסגעקומען
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 21, 2010 5:31 am
דורך סאדע_באטל
דו האסט די נייע נאוטבוק סטודיאו ?
פרוביר דאס
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 21, 2010 5:42 am
דורך פריילאך
אפשר זאלסטו אנפרעגן ביים גמ"ח שיעורי תורה, וויא די האסט איינגעהאנדלט דעם תורה דודל.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 21, 2010 6:01 am
דורך ווער בין איך?
Cantact me in GTalk:
Verbinich@gmail.com
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 21, 2010 6:36 am
דורך שוועמל
סאדע, דיין לינק העלפט מיר נישט, עס איז פשוט נישט מעגליך אריינצושטופן די קארד 'אונטערן' סידי.
העכערן גייט יא אבער אונטערן גייט נישט, ווייזט אויס אז ווען ער כאפט עס אריין ווערט עס אנידערגעזעצט נידריגער פונעם עפענונג אזוי מען קען נישט אונטערשטופן עפעס.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 21, 2010 9:41 am
דורך שוועמל
שוין ארויס ב"ה.
ארויסגעשטעלט האט זיך אז דער סטיקער איז געווען קרום געלייגט אויפן סידי.
גרעכט איז געווען דער וואס האט געזאגט איך זאל קאנטאקטן די גמ"ח שיעורי תורה...
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 21, 2010 10:34 am
דורך סאדע_באטל
וויאזוי האסטו מצליח געווען עס ארויסצונעמען ?
וואס איז די מעלה פון אזא סארט סידי סלאט ?