בלאט 1 פון 1

קאנווערטן פון א WMA צו א MP3

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 15, 2010 12:14 pm
דורך אלף בית
כווייס נישט צו מהאט שוין גערעדט דא דערפון.
כוויל וויסן וויאזוי מקען קאנווערטן פון א WMA צו א MP3?
וועלכע פראגרעם דארף מען האבן פאר דעם?
און וואו קען מען עס באקומען?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 15, 2010 12:15 pm
דורך leiby
jodix.com ס'איז אומזיסטדא האסטו

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 15, 2010 12:22 pm
דורך אלף בית
יישר כח!
סהאט גע'ארבעט

כהאב געמיינט אז MP3 פיילס וועגן ווייניגער, למעשה האט מיין WMA פייל געוואויגן 23, יעצט ווען כהאב עס קאווערטעט צו MP3 וועגט עס 35.
יישר כח עניוועיס

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 15, 2010 12:26 pm
דורך פאכמאן
איך ווייס נישט וויאזוי דער א"ד פראגראם ארבעט, אבער ווען דו טוסט עס מיט GoldWave האסטו די אפשענס וויאזוי די מפ"3 זאל זיין, מאנא, סטיריא, און וויפיל קילאבייט'ס-פער-סעקונדע (kbps), אזוי ארום טוישט זיך די וואג דערפון.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 15, 2010 12:32 pm
דורך אלף בית
וואו קען איך פארשאפן גאלד וועיוו?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 15, 2010 12:39 pm
דורך leiby
מ'קען אויף דעם אויך.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 15, 2010 12:49 pm
דורך פאכמאן

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 15, 2010 12:52 pm
דורך leiby
דאכצעכמיר אז עס קאסט געלט.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 15, 2010 12:57 pm
דורך אלף בית
כהאב געטראפן א פראגרעם Switch Audio Converter
http://www.nch.com.au/switch/index.html
וואס האט די פיטשער און איך האב אראפגערוקט די וואג פונעם MP3 פאר האלב

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 15, 2010 12:58 pm
דורך אלף בית
פאכמאן האט געשריבן:Gold Wave

יישר כח!!!!!!!!!

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 15, 2010 12:59 pm
דורך אלף בית
אאפס!
כקען עס נישט יוזן.
ער פארלאנגט א לייצענס

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 15, 2010 2:01 pm
דורך נחמן נתן
goldwave לאזט נוצן א פרייען ווערסיע בלויז פאר א משך זמן. נאך א שטיק צייט הייבט ער אן צו פאדערן לייסענס, און מ'קליקט אויף continue, אזוי קען מען אנגיין א לענגערער זמן. נאך א היבש א שטיקל צייט (וואכן/חדשים) לאזט ער שוין דאס אויך נישט, דאן איז דא 2 עצות דערצו: 1) אויסמעקן דעם פראגראם אינגאנצן פון קאמפיוטער, און עס פריש דאון-לאודן, אזוי וועט דער שפיל זיין חוזר חלילה. 2) מ'קען עס פשוט קויפן, ס'קאסט נישט צופיל (כמדומני בערך $55).
מיר נוצן דאס אפט, און מיר זענען זייער צופרידן פון דעם פראגראם.
-
בדרך אגב, ס'איז דא אשכול מיוחד איבער goldwave.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 15, 2010 2:16 pm
דורך פאכמאן
נחמן נתן האט געשריבן:איז דא 2 עצות דערצו: 1) אויסמעקן דעם פראגראם אינגאנצן פון קאמפיוטער, און עס פריש דאון-לאודן, אזוי וועט דער שפיל זיין חוזר חלילה.

מ'דארף עס נישט נאכאמאל דאונלאודן, דו קענסט איבערנוצן די א"ד פייל נאכאמאל.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 15, 2010 3:09 pm
דורך מאנאגרעמס
האלאו חברה, לאזטס ענק אפ פון די אלע פראגרעמס.
אייטונס טוט אויך די זעלבע זאכן. א שאד יעדע טאלער פאר אנדערע פראגרעמס!

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 15, 2010 4:21 pm
דורך ידען
אלף בית האט געשריבן:כהאב געטראפן א פראגרעם Switch Audio Converter
http://www.nch.com.au/switch/index.html
וואס האט די פיטשער און איך האב אראפגערוקט די וואג פונעם MP3 פאר האלב


איך האב גענוצט דעם פראגראם שוין א לענגערע צייט ביז איין שיינעם טאג האט ער זיך גינומען מאכן ערענסטע פראבלעמען... ער פלעגט אריינמישן א חלק פון אנפאנג טרעק אינדערמיט אין געדאפלט די צייט פון די טרעקס סאו ס'לוינט זעך צו שטיין ווייט דערפון....
Gold Wave איז נישט שלעבט אין האט גאנץ גוטע פיטשורס

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 15, 2010 4:48 pm
דורך leiby

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 15, 2010 6:15 pm
דורך מאנאגרעמס