בלאט 1 פון 1
הילף נויטיג - ווינדוס מידיע פלעיער עפנט זיך נישט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 9:06 am
דורך פעטריטשקע
די לעצטע וואך צייט האב איך זיך אנגעשטויסן אין א מאדנע פראבלעם,
ווינדאוס מידיע פלעיער עפנט זיך פשוט נישט אויף, איך דריק אויפן אייקאן און ער מאכט זיך פשוט נישט צו טוהן, כ'האב פרובירט עס צו עפענען דורך א מוזיק פייל ולא עלתה לי.
כ'האב פרובירט אפדעיטן די ווערזשאן, זאגט ער מיר כ'האב די לעיטעסט ווערשזאן נאו אפדעיטס אוועיליבל.
קען איינער מיר העלפן??????
א דאנק!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 12:03 pm
דורך leiby
איך האב געהאט די זעלבע פראבלעם ביי ריל פלעיער, מיין עצה איז געווען, איך בין אריין צו טעסק מענעדזשער, אין געסטאפט פין דארט (end process) , אין ס'האט געהאלפן,
פרוביר עס אויס ביי דעם,
אולי.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 12:38 pm
דורך ליסקא
עמו אנכי בצרה........ ווי אזוי קןמסטו אן צו טעסק מענעדזשער ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 12:51 pm
דורך מאנאגרעמס
ctrl+alt+delete
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 12:52 pm
דורך leiby
ctrl - alt - delete צוזאמען,
אדער רייט קליק אינטן אויפן טאלבאר העסטו זעהן איינע פין די אפשען'ס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 3:20 pm
דורך leiby
גיי צו די צווייטע אויבן "processes" קוק אויב די זעהסט wmplayer.exe אויב יא קליק אויף דעם אין קליק end process רעכטס אינטן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 6:57 pm
דורך פעטריטשקע
דעם פראבלעם קאן איך שוין.
וואס טוט מען אבער אז אין פראסעסעס ווערט נישט דערמאנט קיין זכר פון מידיע פלעיער?
ס'הייסט ס'האט קיינמאל נישט אנגעהויבן צו ארבייטן, ער מאכט זיך פשוט נישט וויסענדיג!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 10:34 pm
דורך leiby
האסט שוין פרובירט צו ריסטארן דיין קאמפיוטער?
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 12, 2010 6:40 am
דורך פעטריטשקע
וואס מיינט ריסטארן? ריסטארטן?
אדער עפעס וואס כ'ווייס נאכנישט?
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 12, 2010 9:56 am
דורך קרעמער
system restore
start>all programs< accessories<system tools<system restore
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 12, 2010 11:38 am
דורך leiby
כ'האב נישט דעס געמיינט כ'האב געמיינט "ריסטארט",
אבער אז די שרייבסט שוין יא, איז אזוי סיסטעם ריסטאר איז געמאכט אויב מ'אינסטאלט א נייע פראגראם אדער א נייע סעטינג, איז נאכן ריסטאר גייט ער צוריק צום פריערדיגען שטאפל, פין פארן אינסטאלן,
קען טאקע זיין אז דעס איז דיין סיבה צום פראבלעם,
ווען די מאכסט סיסטעם ריסטאר זאגן זיי וועלכע פראגראם זיי גייען ארויסנעמען, מילא מאך זיכער אז די מעקסט גארנישט אויס, עפעס וויכטיג.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 12, 2010 11:39 am
דורך leiby
כ'האב דיר געשריבן אין אישית וואס נאך ס'קען זיין