בלאט 1 פון 1
RAR FILES
פארעפענטליכט: שבת ינואר 23, 2010 8:06 pm
דורך שמן זית
וויאזוי עפען איך א רער פייל? מיט וועלכע פראגראם?
פארעפענטליכט: שבת ינואר 23, 2010 8:11 pm
דורך סאדע_באטל
פארעפענטליכט: שבת ינואר 23, 2010 8:14 pm
דורך לאז געמאכט
שוין געווען דא אשכולות איבערדעם.
מאך א זוך אויף גאגעל ס'דא עטליכע פראגראמען אויף דעם וואס מ'קען אראפלאדענען.
סאדא האט אריינגעהאקט מיט א לינק צו א פראגרם וואס קאסט געלט נאכן טרייען, ס'איז גוט צו וויסן אז ס'איז דא אנדערע וואס טון די זעלבע דזאב פאר אומזינסט.
פארעפענטליכט: שבת ינואר 23, 2010 8:18 pm
דורך שוועמל
ווינרער קאסט טאקע געלט אבער מען קען שטענדיג נוצן די קלענערע ווערסיע אומזיסט, וכן אני נוהג.
פארעפענטליכט: שבת ינואר 23, 2010 8:34 pm
דורך שמן זית
א ריזיגע ישר כח, איך האב דאס געטוהן, עס האט געהאלפן יעצט זעה אז RAR איז נישט קיין פייל עס איז א פאלדער אזויווי זיפת זאג איך גוט?
פארעפענטליכט: שבת ינואר 23, 2010 8:39 pm
דורך שוועמל
ריכטיג דאס איז קאמפרעסד פונקט ווי א זיפ.
מען רופט עס פייל וויבאלד די פאלדער מאכט קיינער נישט נישט אליינס נאר עס ווערט אריינגעשטעלט אויטאמאטיש אין א פאלדער בעפארן קאמפרעסן.
פארעפענטליכט: שבת ינואר 23, 2010 8:42 pm
דורך שמן זית
וויאזוי ווערט עס אריינגעשטעלט? וויאזוי קאמפרעס איך עטליכע פיילס אין עס? איך האב יעצט באקומען א אימעיל פון ארץ ישראל מיט א רער און איך האב עס ב''ה שוין געעפענט א דאנק שוועמלס הילף, יעצט וויל איך וויסן וויאזוי מען מאכט עס
פארעפענטליכט: שבת ינואר 23, 2010 8:50 pm
דורך leiby
רייט קליק וועסטו עס זעהן אין איינע פין די אפשענ'ס
פארעפענטליכט: שבת ינואר 23, 2010 8:50 pm
דורך שוועמל
איינמאל די האסט אינסטולירט ווינרער, וועסטו באקומען נייע אפציעס ביים רייט קליקן אויף א פייל.
די אפציעס זענען
Add to archive
Add to *folderName*.rar
Compress and email
סעלעקט עדד טו ארקייוו וועט די פראגראם מאכן א נייע קאמפרעסטע פאלדער ווי דער פייל וועט אהין אריינגיין, (עס בלייבט אינעם זעלבן דירעקטארי ביי דיפאלט).
אויב ווילסטו קאמפרעסן אסך פיילס האסטו צוויי אפציעס, אדער היילייט אלע פיילס אדער שטעל זיי אלע אריין אין א נייע פאלדער דערנאך רייט קליק אויפן פאלדער און סעלעקט עדד טו ארקייוו.
פארעפענטליכט: שבת ינואר 23, 2010 8:57 pm
דורך שמן זית
א גרויסן ישר כחת איך זעה איך ווייס נאך נישט אלעס וואס עס איז דא אלץ
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 25, 2010 7:01 pm
דורך סימקאוויטש
דא רעדט מען דערוועגן, און א פרי פראגראם צו עפענען RAR פאלדערס
free unrar