בלאט 1 פון 2

לייגן א פעסווארד אויף א פייל

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 8:51 am
דורך אלף בית
איז אן אפשען צו לייגן א פעסווארד אויף א פייל, אדער פאלדער?
אויב יא ווי אזוי?

(מיין קאמפיוטער ווערט באניצט דורך אפאר מענטשן און מיר האבן אלע פריוואטע זאכן)

אויב איז שוין דא אן אשכול ווי דער ענין ווערט דיסקוסירט, ביטע ארויפברענגען.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 9:52 am
דורך יאנאש
די בעסטע זאך אויב מערערע מענטשן נוצן דעם זעלבן קאמפיוטער איז צו מאכן באזונדערע יוזער נעימ'ס פאר איטליכן, ד.ה. אז יעדער האט ממש אן עקסטערן קאמפיוטער.

דאס צו מאכן גייט מען אריין אין 'קאנטראל פאנעל' 'יוזער אקאונטס' 'קריעט ניו אקאונט', און דארט לייגט מען צו נאך א באנוצער, און ווען מען צינדט אן דעם קאמפיוטער קומט ארויף אלע אקאונטס, וואס יעדע איינס קען האבן באזונדערע פעסווארדס, אנדערע דעסקטאפס, אנדערע אפציעס וועלכע פראגראמען זאלן זיך אטאמאטיש אנצינדן, וכדו'.

אויב דאס איז נישט קיין אפציע צוליב סיי וועלכע סיבה, איז דא א וועג צו 'פעסווארד פראטעקטן' כמעט א יעדע פראגראם, וויאזוי דאס צו טון ווייסעך שוין נישט, סאו העמער ווארטן אויף די יודעי דבר.

אויב דאס איז נישט אן אפציע

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 9:52 am
דורך שוועמל
אויף א פייל ווייס איך נישט.
אויף א פאלדער קענסטו נוצן קליינע גרינגע פראגראמס דערפאר.
למשל folder lock, אדער folder security, Lock Folder XP.
http://www.snapfiles.com/downloadfind.p ... older+lock

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 10:10 am
דורך אלף בית
יישר פאר די הילף ביז אהער

די זאכן קאסטן געלט איינער קען עס ארויפברענגען בחינם

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 10:18 am
דורך ווייסעך וואס
אויף א ווארד פייל קענסטו לייגן א פעסווארד.

גיי צו טולס, אפשענס, איך געדענק שוין נישט ווייטער, דריי דיך דארט ארום וועסטו עס טרעפן.

איך מיין אז יאנאש'ס עצה איז נאך דו בעסטע

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 10:27 am
דורך סתם_אזוי
נאך אפשענס גיי צו סעקורעטי

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 11:17 am
דורך פאטאקי08
מייקראסאפט האט אמאל געהאט ארויסגעבען א פרייווועט פאלדער ווי מען האט געקענט האלטן פיילס מיט א פעסווארד פארשלאסען

סאיז דא א עצה צי זיפן די פאלדער אבער סאיז שווער צי ארבעטן אזוי

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 11:20 am
דורך פאטאקי08
דאס האט די פאקט געשריבען ערגעץ
איבער די פרייוועט פאלדער


די נייעס
http://news.com.com/Microsoft+hands+out ... 92153.html

די נייעס אז מייקראסאפט איז עס מעביר
http://www.pcmag.com/article2/0,1895,1989425,00.asp

אפיר געקראצט א סייט ווי מקען עס דאונלאודען (ס'איז א rar. פייל) איך האף עס ארבייט נאך
http://www.softpedia.com/get/Security/L ... lder.shtml

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 11:23 am
דורך פאטאקי08
מייקראסאפט האט מעביר געווען די פרייוועט פאלדער פון עס פובלישען
ווייל מענטשען האבן עס נישט ליב געהאט

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 11:45 am
דורך זיידעניו
צו מאכן א עקטסטערע יוזער פאר איטליכע וואס ניצן דעם זעלבען קאמפיוטער, קאסט נישט קיין געלט, און דאס דארף זיין דער בעסטער אפציע, אבער כדי צו פארמיידן אז אלע וואס ניצן דעם זעבלן קאמפיוטער האבן נישט קיין צוטריט דארף מען גיין צו דער הויפט פאלדער ווי דו האלטס דיינע פריוואטע זאכן, געווענדליך איז דאס "מיי דאקעמענטס" מאך א רייט קליק\פראפערטיס\שערינג[סאיז א טעב], אין מאך א טשעק ביי די אפציע פון "מעיק דיס פאלדער פרייוועט".

וואס עס גייט געשעהן.

יעדער וואס גייט אריין קומען אינעם קאמפיוטער נישט דורך דיין יוזער נעים גייט נישט קענען עפענען קיין שום פאלדער אדער סוב-פאלדער פון דיין "מיי דאקעמענטס".

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 11:47 am
דורך זיידעניו
פאטאקי08 האט געשריבן:מייקראסאפט האט מעביר געווען די פרייוועט פאלדער פון עס פובלישען
ווייל מענטשען האבן עס נישט ליב געהאט


דער סיבה פארוואס מענטשן האבן עס נישט ליב געהאט, איז געווען, ווייל קינדער האבן זיך געהאט פעסווארד'ס אויף פייל, און דער פערענט פראטעקשאן איז נישט געווען ווי עס פארלאנג זיך, ודי, והמבין יבין, פינטל.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 11:50 am
דורך אלף בית
יישר כח הויכגעשעצטער פאטאקי,
כאבעס אראפגעלאודט, און שוין באהאלטן דארטן מיינע פריוואטע זאכן.
אויך א דאנק פאר אלע וואס האבן געגעבן עצות, אלעס איז צוניצגעקומען.

און לגבי קינדער, קינדער האבן נישט קיין צוטריט צו מיין קאמפיוטער און אודאי נישט דעם פעסווארד צו עפענען די כלי, פאר מיר איז נישט קיין פראבלעם

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 11:56 am
דורך פאטאקי08
די שכח דארפסטו געבן פאר "די פאקט"

געשריבן: זונטאג יאנואר 17, 2010 6:34 pm
דורך הערשי קניהויז
וואס האט עטס געטוהן ווען עס האט זיך גענדיגט די פרי טרייעל?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 04, 2017 1:42 pm
דורך יאנקל
דאס אלעס אויבן איז שוין לאנג צוריק געווארן געשריבן, האט איינער אפשר א פרישע גוטע פראגראם צו לייגן א פעסווארד אויף א פאלדער ?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 04, 2017 2:22 pm
דורך עין טובה

געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2018 3:48 pm
דורך גארגארפיק
עין טובה האט געשריבן:http://www.kakasoft.com/folder-protect/how-to-lock-directory.html

איז עס ריין פון שלעכטע חברה?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2018 4:16 pm
דורך עין טובה
איך געדענק נישט פון איין יאר אויף די אנדערע... אבער איך גלייב אז אויב האב איך עס געלינקט איז עס כשר

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 7:43 am
דורך קנאפער ידען
גארגארפיק האט געשריבן:
עין טובה האט געשריבן:http://www.kakasoft.com/folder-protect/how-to-lock-directory.html

איז עס ריין פון שלעכטע חברה?

כשר בהשגחת הביד"ץ לעניני טעכנאלאגיע.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2018 5:36 pm
דורך נישט פשוט
איז עס כשר אפי' דריי חברה זאגן אז סאיז נישט אזוי איי יי

אדער 3 איז נישט גענוג ? אדער די סיבות הדברים? אפשר איז איינער מגלה ווען מקען זיי טראסטן אדער אנפייפען ?!

געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2018 5:41 pm
דורך עין טובה
אז קנאפער זאגט אז ס'איז כשר איז עס כשר. ביטע הער אויף

געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2018 5:47 pm
דורך ס'רעגענט ס'גיסט
אויף א USB איז פארהאן א וועג צי לייגן א פעסוואוירד מ'זאל בכלל נישט קענען אריינגיין אינעם USB אהן דעם קאויד?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2018 6:29 pm
דורך קנאפער ידען
נישט פשוט האט געשריבן:איז עס כשר אפי' דריי חברה זאגן אז סאיז נישט אזוי איי יי

אדער 3 איז נישט גענוג ? אדער די סיבות הדברים? אפשר איז איינער מגלה ווען מקען זיי טראסטן אדער אנפייפען ?!

נישט פשוט איז גערעכט צו אבאכט געבן, הלוואי יעדער וואלט געווען אזוי!

לענינינו, דו מאכסט (אויך ביי בלוסטעקס) א סקען אויפן וועבזייטל און עס קומט ארויס סוספישעס אדער נישט רעפיוטעבעל ביי געוויסע (נישט זייער אסאך, און אגב קענסט קוקן ביי וויירוס טאטעל וואס סקענט ביי מער.)

אבער אויף למעשה איז אונז נישט נוגע דער רעפוטאציע פונעם וועבזייטל (לעטס סעי כ'וואלט אים מיין קרעדיט קארטל נישט געטראסט) נאר ספעציפיש דער פראגראם צו עס איז כשר אדער נישט. במילא סקענט מען דאס און נישט סתם דער וועבזייטל. און בכלל איינס צוויי דעטעקשאנס פון פערציג איז נישט אסאך און צומאל קען מען מאכן א educated guess אז עס איז גארנישט בעיסד אויף ווי גוט מען קען שוין יארן דער פראגראם און אויך זעענדיג וואס די וואס דעטעקטן עס שרייבן אין די דיטעילס.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2018 6:37 pm
דורך קנאפער ידען
ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:אויף א USB איז פארהאן א וועג צי לייגן א פעסוואוירד מ'זאל בכלל נישט קענען אריינגיין אינעם USB אהן דעם קאויד?

עפעס ווי דאס https://www.lengthytravel.com/protectin ... truecrypt/

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 12:13 pm
דורך נישט פשוט
קנאפער ידען האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:איז עס כשר אפי' דריי חברה זאגן אז סאיז נישט אזוי איי יי

אדער 3 איז נישט גענוג ? אדער די סיבות הדברים? אפשר איז איינער מגלה ווען מקען זיי טראסטן אדער אנפייפען ?!

נישט פשוט איז גערעכט צו אבאכט געבן, הלוואי יעדער וואלט געווען אזוי!

לענינינו, דו מאכסט (אויך ביי בלוסטעקס) א סקען אויפן וועבזייטל און עס קומט ארויס סוספישעס אדער נישט רעפיוטעבעל ביי געוויסע (נישט זייער אסאך, און אגב קענסט קוקן ביי וויירוס טאטעל וואס סקענט ביי מער.)

אבער אויף למעשה איז אונז נישט נוגע דער רעפוטאציע פונעם וועבזייטל (לעטס סעי כ'וואלט אים מיין קרעדיט קארטל נישט געטראסט) נאר ספעציפיש דער פראגראם צו עס איז כשר אדער נישט. במילא סקענט מען דאס און נישט סתם דער וועבזייטל. און בכלל איינס צוויי דעטעקשאנס פון פערציג איז נישט אסאך און צומאל קען מען מאכן א educated guess אז עס איז גארנישט בעיסד אויף ווי גוט מען קען שוין יארן דער פראגראם און אויך זעענדיג וואס די וואס דעטעקטן עס שרייבן אין די דיטעילס.


גראדע נוץ איך וויירוס טאטאל ער זאגט (1) אז סאיז . וויירוס טאטל האט אויך א מעלה אז ער סקענט דיר דורך דע פייל. סאו האב איך איך געוואלט סקענען Blue stacks נאר סאיז צו גרויס די פייל.