מייזל פליט אוועק

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

בען בלישעם

מייזל פליט אוועק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בען בלישעם »

איך האב עפעס אן אינטערעסאנטער פראבלעם.

איך קען אזוי ארומפארן מיטן מויזל אין האנט, און פלוצים געט דער מויזל א פליה אוועק לארבע כנפות הסקרין. אזוי קען אויסקומען אז איך וויל למשל קליקן אויף א לינק, און פלוצים מאכט זיך דער פראגרעם צושטייטליך צו. וואס איז געשען דא? דער מייז איז ארויפגעפלויגן אויבן רעכטס, און איך 'קליקנדיג' אויפן לינק האב איך באמת געדרוקט אויפן X.
נישט אייביג פליט ער ארויף, ס'גייט צו אלע 'רוחות'...

ביי מיין פאריגע ארבעט איז געווען א נעטווארק סיסטעם און מ'פלעגט קענען אריינגיין אזוי פון איין קאמפיוטער צום צווייטן, בין איך יעצט באזארגט אז אפשר האט איינער אויף עפעס א וועג אריינגעהעקט צו מיין קאמפיוטער, און ווען ער האט א ליידיגע מינוט קומט ער זיך אונטערהאלטן אויף מיין חשבון...

כ'האב איינמאל געשריבן א לאנגע תגובה, און יעדע מאל איך האב מיך אפגעשטעלט פאר א רגע איבערטראכטן וואס איך האב געשריבן, האט זיך פלוצלינג דער גאנצע תגובה געגעבן א סקראול ארויף און אז איך האב געוואלט קענען ווייטער זען, האב געמוזט טייפן ווייטער, אז נישט האט ער זיך אין א רגע געגעבן א סקראול צוריק ארויף וחוזר חלילה וחס.

ווייסט איינער פון א לעזונג??
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך פלעג אויך האבן דעם פראבלעם אז אינמיטן שרייבן א לאנגע תגובה פלעגט דער 'קורסער' ארויפפליען צו אנהייב, עס האט זיך פארראכטן ווען איך האב געטוישט 'בראוזער'.

אבער אויב דו האסט א חשש איבער א העקער, זיי דאס מברר, דאס קען זיין א געפערליכע פראבלעם.
אוועטאר
אזוי איז די מעשה
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 11, 2008 5:14 pm
לאקאציע: הונטערן שטויביגן קארפעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי איז די מעשה »

ס'קען זיין אז דיין טיש וואו די האלטס דיין מויזל טויג נישט און דיין פראבלעם וועט געלייזט ווערן מיט א פשוטע 'מאוז פעד' (בדידי הוה עובדא)...
חוץ מזה וואס די זאגסט אז די האסט א פחד אז איינער העקט אריין אין קאמפיוטער איז דא צו דעם א פשוטע עצה קומענדיגעס מאל וואס די ביסט חושד אויף אזא אומפארשעמטן אקט גיי שנעל ארויס צום דעסקטאפ און קוק אויב די סקרין איז געווארן געטוישט צו א בלויע קאליר וואס דאס דארף אויטאמאטיש געשעהן יעדעס מאל וואס מען לאגט אריין אין א קאמפיוטער אפילו דו האסט אנגעשטעלט א ספעציעלע סקין אויפן דעסקטאפ
אלטע נייעס קען אויך אמאל זיין אינטערעסאנט
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אזוי גאר איז די מעשה, פשיהא.

אפשר זענט איר מער מסביר אייער חוץ מזה, בלאה בתך הגדולה, אזוי אז אפילו אזעלעכ עמי הערצים ווי זיידל, זאלן קענען פארשטיין דעם טיפ וואס זעהט אויס צו זיין גאר א ווירקזאמע און נויטיגע אינפארמאציע..

יישר כח.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אויב מעגליך הער בן בלי שעים, צו טוישן דעם קעפל אויף די תוכן השאלה. איך האב געמיינט אז דו רעדסט פון א טעלעמארקעטינג, אדער א שווער...
בען בלישעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בען בלישעם »

אזוי איז די מעשה האט געשריבן:ס'קען זיין אז דיין טיש וואו די האלטס דיין מויזל טויג נישט און דיין פראבלעם וועט געלייזט ווערן מיט א פשוטע 'מאוז פעד' (בדידי הוה עובדא)...

איך האב א מאוז פעד. דאס איז געווען פון די ערשטע זאכן וואס מיר האבן איינגעקויפט... פון די איינציגסטע זאכן וואס האלטן זיך נאך גראד...

אזוי איז די מעשה האט געשריבן:חוץ מזה וואס די זאגסט אז די האסט א פחד אז איינער העקט אריין אין קאמפיוטער איז דא צו דעם א פשוטע עצה קומענדיגעס מאל וואס די ביסט חושד אויף אזא אומפארשעמטן אקט גיי שנעל ארויס צום דעסקטאפ און קוק אויב די סקרין איז געווארן געטוישט צו א בלויע קאליר וואס דאס דארף אויטאמאטיש געשעהן יעדעס מאל וואס מען לאגט אריין אין א קאמפיוטער אפילו דו האסט אנגעשטעלט א ספעציעלע סקין אויפן דעסקטאפ

שכח, איך וועל פרובירן.

זיידע, דו האסט אויך דעם פראבלעם?
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ניין ב"ה, אבער די ידיעות דארף מען זיך אנסטאקן איידער עס פאסירט חלילה אז דער מייז נעמט זיך אוועק לויפן ווי א פאר'סמ'טע מייז, און אן קיין מויז טרעפ וועט מען אים נישט קענען שטעלן אויפן ארט...
בען בלישעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בען בלישעם »

יא, ליידער ווערט ביי מיר טעגליך מקוים דער פסוק:
כי ימוז לך מזים גם כי אמוז לא יסום לך אשרה
בען בלישעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בען בלישעם »

שכח טייערע מנהלים און אחראים פארן טון די ארבעט פאר מיר.
דמ'אמת גערעדט, האב איך קיין אנונג וויאזוי מען טוישט א קעפל.

אבער, דער אשכול רעדט זיך דאך אויך פון אן אנדערן פראבלעם, נישט נאר פון מייזן.

איר קענט מיר אפשר אנצייגן אויף להבא וויאזוי מען טוישט קעפלעך?
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

פאר דיין פראבלעם טריי דאס:

control panel > mouse > pointer options

מאך זיכער אז עס נישט דא א טשעק ביי
Automatically move pointer to default botton in dialog box
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

סתם;
נע,
יענס איז גאר עפעס אנדערש, בכלל נישט צו אדרעסירן זיין פראבלעם.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
בען בלישעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בען בלישעם »

שוועמל האט געשריבן:סתם;
נע,
יענס איז גאר עפעס אנדערש, בכלל נישט צו אדרעסירן זיין פראבלעם.

שוואם איז גערעכט. איך האב געטשעקט און עס איז נישט 'געטשעקט'.
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

אויב דו האסט א לעפטאפ קען עס געשעהן, ווען מען באמערקט נישט מיט די אנדערע האנט געבט מען בטעות א ריק אויף די מאוז.
בען בלישעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בען בלישעם »

דעסקטאפ
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

איך פרעג מיך אזוי נאך ביי איינעם ווי מ'קען דא העלפן פאר דעם בען בלי שעם וועגן זיין פראבלעם

מהאמיר איבערגעשמועסט אלע עצות און צום סוף זעמיר געקומען צו די מסקנה אז עס בלייבט דריי עצות
1) אז ער זאל פרובין דעם מייזל אויף א צווייטע קאמפיוטער
2) אדער זאל ער א צווייטע מייזל אויף די קאמפיוטער
3) לייגן א פיקטשער פון ר ישעי'לע

http://www.ivelt.com/forum/index ... =31&t=4478

בילד
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרויזאק »

;l;p-

ר' שייעלע וועט אינגאנצן פארטרייבן ס'מייזל, א"כ מה הועילו?
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...
אוועטאר
אזוי איז די מעשה
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 11, 2008 5:14 pm
לאקאציע: הונטערן שטויביגן קארפעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי איז די מעשה »

זיידעניו האט געשריבן:אזוי גאר איז די מעשה, פשיהא.

אפשר זענט איר מער מסביר אייער חוץ מזה, בלאה בתך הגדולה, אזוי אז אפילו אזעלעכ עמי הערצים ווי זיידל, זאלן קענען פארשטיין דעם טיפ וואס זעהט אויס צו זיין גאר א ווירקזאמע און נויטיגע אינפארמאציע..

יישר כח.

וואס איז שייעך בעסער צו מסביר זיין?
אלטע נייעס קען אויך אמאל זיין אינטערעסאנט
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

גיי שנעל ארויס צום דעסקטאפ און קוק אויב די סקרין איז געווארן געטוישט צו א בלויע קאליר וואס דאס דארף אויטאמאטיש געשעהן יעדעס מאל וואס מען לאגט אריין אין א קאמפיוטער אפילו דו האסט אנגעשטעלט א ספעציעלע סקין אויפן דעסקטאפ

די שורות האב איך געמיינט.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

בן בלי שם;

פאר דיין מייזעלע פראבלעם קענסטו טרייען די פאלגענדע:
קוק אין טעסק מענעזשער צי דו האסט א ראננינג פראגראם DMXLauncher און דיסעבל עס. אויב ווערט עס בעסער דאן נעם עס אינגאנצן אראפ דורך msconfig.
האסטו אמאל אינסטולירט א פראגראם crazy mouse, אויב יא נעם עס שוין ארויס.
ס'קען אמאל זיין מען דארף אפדעיטן די דרייווער פון די מאוז.
ס'קען זיין ס'יז דא א האר אדער עפעס אן אביעקט דארט אונטן ביים אפטיקל שטיקעלע וואס שטערט די מייז פון ארבעטן געהעריג.
אויב האסטו א לאגיטעק מאוז און האסט אינסטולירט דורך זייער פראגראם סידי, דאן נעם אראפ די טשעק פון Smart Move.

נאכנישט געהאלפן? עפען די קאמפיוטער אין סעיף מויד, און קוק אויב ס'יז נאכאלץ דא די פראבלעם.

לאז וויסן
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
בען בלישעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בען בלישעם »

שוועמל האט געשריבן:בן בלי שם;

איך האב נאכגעקוקט די אלע זאכענעס, כאניש גאניש.
וויאזוי עפענא מען דעם קאמפיוטער אויף סעיף מויד?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך מיין זאלסט פרובירן אן אנדער מייז ווי די-פאקט זאגט.

קענסטו מיר שיקן א סקרין שאט פון דיין טעסק מענעזשער? מאך זיכער מען זעהט אלע פראגראמס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
בען בלישעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בען בלישעם »

מיין 'פרינט סקרין' ארבעט עפעס נישט. (איין רינגעלע אינעם קייט...)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

וואס הייסט ס'ארבייט נישט? וואס מיינסטו דארף געשען ווען מען דריקט פרינט סקרין?
באמת גארנישט, ס'יז נאר אויף אזויפיל צו קענען אריינפעיסטן אין א פיקטשור עדיטער. (מסתמא ווייסטו דאס).

עפן אין סעיף מאוד און קוק צי האסטו נאך דיינע פראבלעמען.
ריסטארט
דרוק F8 ביז דו זעהסט א סקרין מיט פארשידענע אפציעס.
סעלעקט סעיף מאוד מיט נעטווארקינג.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
בען בלישעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בען בלישעם »

אויב איך געדענק גוט, ווען איך דרוק פרינט סקרין דארף ארויפקומען א סקרין פרעגנדיג וואו איך וויל דאס סעיוון. ניין?

וואס וועט זיין ווען איך בין אין סעיף מאוד?
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

בען בלישעם האט געשריבן:אויב איך געדענק גוט, ווען איך דרוק פרינט סקרין דארף ארויפקומען א סקרין פרעגנדיג וואו איך וויל דאס סעיוון. ניין?

ניין
(חוץ אז מען האט געוויסע פראגראמען וואס נעמען איבער דעם פרינט סקרין באטטען פאר זיך)
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
שרייב תגובה

צוריק צו “ווינדאוס און מעק”