בלאט 1 פון 1

א פייל וויל זיך נישט מעקן

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2008 11:14 pm
דורך קרעמער
איך פרוביר שוין עטליכע מאל צו מעקן א געוויסע ווידיאו פייל, אבער עס קומט כסדר ארויף אן עראר כאילו דער פראגראם ווערט יעצט באנוצט דורך מיר אדער א צווייטן, א זאך וואס הייבט זיך נישט אן לענ"ד.

וויאזוי געט מען זיך אן עצה דערמיט?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2008 11:59 am
דורך זאנוויל
קרעמער די פראבלעם וואס דו האסט האב איך אויך גאר אסאך מאל, נאכמער איז אינטערעסאנט געווען ביי מיר, איך האב געוואלט אויסמעקן א גאנצע פאלדער האט ער געטענהט אז עס איז אין יאז, בין איך אריין אינעם פאלדער און אלעס אויסגעמעקט, אבער די פאלדער אליינס לאזט ער מיך נאך אלץ נישט אויסמעקן מיטן טענה כדלעיל, ביזדערווייל ליגט אויף מיין דעסקטאפ א איבריגע ליידיגע פאלדער, והוא לפלא.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2008 1:23 pm
דורך שמערי בערי
קען זיין אז מ'דארף סטאפן די פראסעס אינעם טעסק מענדשער

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2008 12:43 pm
דורך thefact
ענדליך האבעך געטראפען א פראגראם פאר דעים די פראגראם הייסט "אנלאקער" און כשמו כן הוא ער זאגט דיר ווער איז דער פראגראם וואס האלט דעם פייל האסטעדזש און אויף דיין באפעל טוט ער באפרייען דעם פייל פון זיינע פאנגער און אפטרייסלען דעם פייל פון אלע פראגראמען מיט וואס זי איז פארבינדען און דאס טוט דיר ערמעדליכן צו מעקן דעם פייל

זייט אבער געווארנט נישט צו פארמעקן וויכטיגע פיילס וואס ווינדאוס אדער איינער פון אייערע אנדערע פראגראמען זענען אנהענגיג דערויף

א ביאור דערויף באגלייט מיט בילדער
http://ccollomb.free.fr/unlocker

דירעקט דאונלאוד לינק
http://ccollomb.free.fr/unlocker/unlocker1.8.7.exe

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2008 12:56 pm
דורך סתם_אזוי
דשעי נעט בלאקט עס. האט עס עפעס שמיציגע זאכן?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2008 2:15 pm
דורך thefact
סתם_אזוי האט געשריבן:דשעי נעט בלאקט עס. האט עס עפעס שמיציגע זאכן?

ניין

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2008 2:33 pm
דורך סתם_אזוי
אוקעי. יעצט זעה איך.
Blocking Reason: Free Hosting Servers
וואס מיינט דאס?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2008 3:30 pm
דורך thefact
פרי האוסטינג זענען אזאלכע סייטס ווי יחידים קענען ארויף לייגן און האלטן (האוסטען) זייערע פיילס בחינם
וואס אויף דעים איז שווער צו האבן א קאנטראל אז ס'זאל זיין כשר'ע תוכן

דא האסטו עס פון סינעט דאונלאודס
http://www.download.com/Unlocker/3000-2 ... 93998.html

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2008 3:32 pm
דורך סתם_אזוי
א גרויסן דאנק, איך וועל עס שפעטער אראפנעמען.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 18, 2008 12:36 pm
דורך בןהרחמן
איך האב שוין דעם אנלאקער פון לאנג און עס איז מיר שוין אסאך מאהל צוניץ געקומען ווען א פייל האט זיך נישט געוואלט אויסמעקן האב איך עס אויפגעשפארט מיט דעם פראגראם, נאכדעם וואס מען האט אינסטאלט דעם פראגרעם וועט יעדעס מאהל ווען מען מאכט א רעכטען קליק אויף א פייל זיין א אפשען פון אנלאקער וואס וועט דיר ארויסגעבן אינפארמאציע ווער עס נוצט יעצט און דאן דרוקט אונטן אויפן קנעפל אנלאק וועט עס באפרייען יענעם פייל.

אגב ביי ווידעא פיילס איז לויט מיין עקספיריענס צומאל דא אן אנדערע סיבה פארוואס עס לאזט זיך נישט אויסמעקן, דהיינו ווען מען גיט א דרוק מיטן מייזן אויפן פייל וועט דער סיסטעם אנאליזירן דעם תוכן פונעם פייל כדי צו באקומען די דיטעילס פונעם ווידעא די דיימענשאנס און די לענג (צייט) וכדומה ווי אויך די פריוויו פאר די זייט, ממילא נעמט עס צומאל א מינוט וואס דער סיסטעם נוצט דעם פייל אפילו מען האט עס נישט געעפנט, ממילא אויב מען האט געדרוקט דיליט תיכף נאכן סעלעקטן די פייל וועט צומאל נאך זיין די פייל אין באנוץ דורכן סיסטעם, דאן זאל מען ווארטן נאך א מינוט און נאכאמאל פרובירן צו מעקן דאן וועט עס גיין.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 18, 2008 11:31 pm
דורך קרעמער
סתם א מעלדונג: יענער פייל האט זיך שוין געלאזט מעקן.

געשריבן: דאנערשטאג מאי 05, 2011 2:29 pm
דורך קרעמער
thefact האט געשריבן:פרי האוסטינג זענען אזאלכע סייטס ווי יחידים קענען ארויף לייגן און האלטן (האוסטען) זייערע פיילס בחינם
וואס אויף דעים איז שווער צו האבן א קאנטראל אז ס'זאל זיין כשר'ע תוכן

דא האסטו עס פון סינעט דאונלאודס
http://www.download.com/Unlocker/3000-2 ... 93998.html" onclick="window.open(this.href);return false;

יעצט הנאה געהאט פון דעם לינק, עס האט מיר פארמעקט 3 עקשנות'דיגע פיילס וואס איך מוטשע מיך שוין א לאנגע צייט צו פארמעקן

געשריבן: זונטאג מאי 08, 2011 9:59 pm
דורך קאמפיוטערנייעס
wow it took you 3 years to delete it? thats a long time.

געשריבן: זונטאג מאי 08, 2011 10:04 pm
דורך קרעמער
ניין, די צרה האט פריש באטראפן, און ב"ה מען איז פטור געווארן דערפון

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 10:40 am
דורך kyshtiper
ארויף געברענגט ווייל דאס האט מיר געהאלפן
ייש"כ פאר די אלטע חברה

עקשנותדיגע פייל\פאלדער וואס וויל זיך נישט אויסמעקן!

געשריבן: מיטוואך מארטש 09, 2016 5:23 pm
דורך טויגליכער איד
איך האב יעצט די זעלבע פראבלעים,
די ערשטע לינקס ארבעטן בכלל נישט
די צווייטע זערנען קודם געבלאקט ביי מיין עד בלאקער און אפילו אויב איך לאז עס אינסטאלט זיך עס נישט געהעריג!
עני העלפ?

געשריבן: מיטוואך מארטש 09, 2016 6:09 pm
דורך טויגליכער איד
נו? קיינער האט נישט קיין עצה?

געשריבן: מיטוואך מארטש 09, 2016 7:46 pm
דורך בנימין הלוי
טויגליכער איד האט געשריבן:איך האב יעצט די זעלבע פראבלעים,
די ערשטע לינקס ארבעטן בכלל נישט
די צווייטע זערנען קודם געבלאקט ביי מיין עד בלאקער און אפילו אויב איך לאז עס אינסטאלט זיך עס נישט געהעריג!
עני העלפ?

דירעקט דאונלאוד
http://www.virtual-serial-port.org/down ... k_gate.exe

געשריבן: מיטוואך מארטש 09, 2016 10:18 pm
דורך טויגליכער איד
א גרויסן ייש"כ

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 10, 2016 12:13 pm
דורך בנימין הלוי
קנאפער האט מעורר געווען אז דער לינק איז א טעות און דאונלאוד א נישט ריכטיגן פראגרעם

די פריערדערמאנטע אנלאקער פראגרעם זעט אויס צו זיין פארפעסטעט
דא האסטו א בעסערס פון lock hunter דירעקט דאונלאוד

http://lockhunter.com/exe/lockhuntersetup_3-1-1.exe

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 5:44 pm
דורך לחיים טובים ולשלום
איך האב ביי מיר ליגן א געוויסע פייל וואס לאזט זיך בשום פנים ואופן נישט אויסמעקן, מיטן תירוץ אז ער טרעפט נישט דאס פייל.

עני עצה?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 6:12 pm
דורך חושב מחשבות...
טאמער איז עס א פייל וואס דו קענסט אריינגיין אין דעם למשל ווארד/גרעפיק דאן מאך טוישונגען מעק אויס צו שרייב צו געוויסע זאכן און פראביר נאכאמאל.

אסאך מאל דארף די ספעציפישע פראגרעם זיין פארמאכט ביים מעקן

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 8:20 pm
דורך לחיים טובים ולשלום
חושב מחשבות... האט געשריבן:טאמער איז עס א פייל וואס דו קענסט אריינגיין אין דעם למשל ווארד/גרעפיק דאן מאך טוישונגען מעק אויס צו שרייב צו געוויסע זאכן און פראביר נאכאמאל.

אסאך מאל דארף די ספעציפישע פראגרעם זיין פארמאכט ביים מעקן


עס קוקט מיר אויס אז די פייל איז געדעמיזש געווארן, ער לאזט גארנישט טון מיט זיך אפילו מיט די אויבן דערמאנטע פראגראם מעקט ער זיך נישט אויס

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 8:23 pm
דורך עין טובה
וואס פונקטליך איז די ערראר?
איז דאס א סיסטעם פייל?
קען זיין אז די פייל איז אין באנוץ?
האסט שוין פרובירט צו נעמען בעלעבאטעסשאפט {ownership} אויף דעם פייל?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 8:31 pm
דורך לחיים טובים ולשלום
עין טובה האט געשריבן:וואס פונקטליך איז די ערראר?
איז דאס א סיסטעם פייל?
קען זיין אז די פייל איז אין באנוץ?
האסט שוין פרובירט צו נעמען בעלעבאטעסשאפט {ownership} אויף דעם פייל?


די עראר זעה ביים בייגעלייגטע בילד (די ICON איז די פאלדער אין ווי עס ליגט געטוישט די בילד)
א סיסטעם פייל נישט געווען
אין באנוץ איז עס נישט
איך ווייס נישט וואס דאס מיינט
1.png
1.png