אריבער פירען זאכען פין א אלטע קומפיוטער צו א נייע קומפיוטער

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

יגדיל
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2007 7:03 pm

אריבער פירען זאכען פין א אלטע קומפיוטער צו א נייע קומפיוטער

תגובהדורך יגדיל » זונטאג אוגוסט 17, 2008 6:27 pm

איך וויל אריבער מיינע פראגראמס אין אין אנדערע זאכען פין מיין אלטע קומפיוטער צו מיין נייע איז דא א אופן דערצו ? אדער איך דארף אלעס נאכאמאל דאנלוען ?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוגוסט 17, 2008 6:43 pm

נעם אן אויסערליכע הארד-דרייוו (סטארעדזש, שליסל, וויידל, וכל שום וחניכא דאית להו), און שטעל ארויף אלע פראגראמען (זוך זיי אויף אין דיין קאמפיוטער, זיי זענען זיך אלע שיין קונה שביתה אויפן C דרייוו, עיין שם).

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג אוגוסט 17, 2008 9:08 pm

אל תעיין שם (בבחינת לא יעלה ולא יבא). א פראגראם קענסטו נישט סתם קאפיען; מ'דארף עס נאכאמאל אינסטאלן אינעם נייעם קאמפיוטער.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוגוסט 17, 2008 10:18 pm

געווענליך ווען מען לאדנט אראפ א פראגראם פונעם נעט, קומט מיט די גאנצע אינסטולאציע סיסטעם, דאס קען מען געהעריג איבערקאפיען פון איין כלי צום צווייטן און דאס פריש אינסטאלן.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מאנטאג אוגוסט 18, 2008 5:15 pm

אבער עס ליגט נישט אין פראגראם פאלדער, נאר דארט ווי מען האט עס פלאצירט

(אויב מען האט עס געהאלטען)
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
וואסער טרעגער
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 12:10 pm

תגובהדורך וואסער טרעגער » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2008 2:15 pm

א גיטן אידן
עס קוקט אויס אז איר האט לעצטענס נישט געקויפט א נייע קאפיוטער ווייל אין וויסטע איז דא א פראגרעם וואס הייסט Windows Easy Transfer וואס דאס איז געמאכט צו קענען טרענספערן אלע פיילס אין דאקיומענטס און אפילו אויב די אלטע קאמפיוטער איז א XP גיט ער א אפשענס ווי מען קען דאס טרענספערן פאר מען אינפארמעשאן סערטש אויף GOOGLE
א גאנצען טאג טו איך וואסער שלעפען, אראפ און ארויף די טרעפען.
ב"ה אביסל טו איך לויפן, מענטשן אסאך פון מיר קויפן.
איך האב א שיתוף פארלעסליך, ער העלפט מיר ווי א מומחה,
ווען איך שלעפ די פעסלעך, נעם איך מיט מיר מיט ר' שמחה...

אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

תגובהדורך join us » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2008 2:44 pm

עס ווערט נישט אויף געמעסט די פראגרעמס???

איך האב אויך וויסטע איך האב אנגעהויבן עס צו טוהן און עס האט נישט געהעריג געארבעט
האב איך געסטאפט טרענספערן

קען זיין היינט צי טאג'ס איז עס שוין בעסער

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » מאנטאג פאברואר 22, 2016 3:47 pm

איך וויל אריבער קאפיען מיין אלע קאמפיוטער צו מיין נייע, איז גענוג אז איך כאפ אן דעם יוזער פאלדער און כ'פיר עס אריבער, אדער איך דארף עפעס טוהן מער דערצו?
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אוועטאר
חכם ממה נשתנה
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 08, 2015 8:26 pm
לאקאציע: א גאנצע צייט אינטער די השפעה פון די אפיקומן

תגובהדורך חכם ממה נשתנה » דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 10:49 pm

דאפסט מאכן א קנואל עפעס אזוי
חכם מה הוא אומר מה ה.... וה..... "האלו" ואת אמר לו אין מפטירין אחר ה..... (הגדה של פסח)

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1473
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 5:15 pm

איך וויל אראפנעמען אלע מיינע פיילס פון א קאמפיוטער מיט עטליכע יוזערס אויף א USB, און דערנאך דאס אוועקגעבן א פאר א צווייטן.

וואס איז די גרינגסטע מהלך?
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 5:42 pm

קאפי די גאנצע יוזערס פאלדער

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1782
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 9:28 pm

טויגליכער איד האט געשריבן:קאפי די גאנצע יוזערס פאלדער

פארוואס עפעס? א נארמאלע יוזער פראפייל האט אסאך דעיטע פין דיפאולט סעטינגס, טעמפארערי פיילס, און טעמפארערי פיילס פון א סאך פראגרמס וואס האבען פאלדערס אין עפליקעישען דעטע, וכו' וואס מען דארף נישט פלאס עס איז דא אפאר יוזערס (למשל די דיפאולט און אמאל קען זיין אז מען דארף גארנישט פון די פאבליק און אמאל מאכען געוויסע פראגרעמס אייגענע יוזערס) וואס קען זיין אז מען דארף נישט
סאו אויב גייט ער טוהון דיין עצה גייט ער זיך טרעפען מיט ג"בס וואס ער דארף נישט און נאכדעם הערשט וועט ער דארפען אויפזיכען וואס ער דארף יא און וואס נישט

סאו די עצה איז גלייך צו זוכען וואס מען וויל טריזייס אדער א ענדליכע פראגרעם קען שטארק העלפען מיט שנעל טרעפען די אינפאו
און וועגען אריבערפירען איז די שנעלסטע און די גרינגסטע אויב די קאומפיוטערס זענען אויף די זעלבען נעטווארק אריבער צו פירען אזוי, ווי דורך א יו עס בי

אויב האסטו סענסעטיוו אינפאו פאר דו געבסט עס אוועק ווייפ די הארד דרייוו סעקיורלי אדער ווי אזוי פרעזידענט טראמפ האט ליב צו זאגען בליטש עס
The best thing about a Boolean is even if you are wrong, you are only off by a bit

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 8:18 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:איך וויל אראפנעמען אלע מיינע פיילס פון א קאמפיוטער מיט עטליכע יוזערס אויף א USB, און דערנאך דאס אוועקגעבן א פאר א צווייטן.

וואס איז די גרינגסטע מהלך?

גרינגסטע מהלך? א פולע בעקאפ מיט א טול ווי Macrium (וואס קאמפרעסד די פיילס אז די בעקאפ איז פיל קלענער) דאן עפענען א נייע יוזער און אויסמעקן די אלטע יוזערס.

פארוואס א פולע בעקאפ? ווייל פון דארט קענסטו אייביג ארויסנעמען די פיילס וואס דו דארפסט אן זיך זארגן אז עפעס וועט פארלוירן גיין.

הצלחה


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט