קאמפיוטער פראבלעמען

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

וואס_מאכסטו
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 30, 2008 1:41 pm

תגובהדורך וואס_מאכסטו » זונטאג אפריל 13, 2008 11:21 pm

א גרויסן ישר כוח די פאקט, זיידעניו, ברוך השם, איך הער
עס גיט אסאך חיזוק און כח אויף אנצוגיין ווייטער

די סיבה פארוואס איך האב געעפנט די אשכול איז פשוט, איך זעה טעגליך ווי מענטשן פלאגן זיך אסאך מאל ממש אויף שטותים און צומאל אויף אביסל מער ערנסטערע זאכן און גיבן זיך נישט קיין עצה, אין די צייט וואס ממש מיט א פאר קלייניגקייטן קענען זיי זיך ארויס דרייען פון די אלע פראבלעמען.

האב איך געקלערט אז די פאפולערע קרעטשמע וואס ווערט געליינט דורך הונדערטער ליינער טעגליך איז די בעסטע פלאץ פאר אזא אשכול.

אויב איינער האט א קאמפיוטער פראבלעם זאל ער זיך דא ווענדן, און מיר האפן אים בעז"ה ארויס צוהעלפן מיט אלעם וואס מעגליך

איך וואלט אויך זייער שטארק געוואלט בעטן ווער עס האט עפעס צוצולייגן און צוהעלפן צום סוקסעס פון דעם אשכול אזוי ווי, ליפא, מאשקע, די פאקט, פאטאקי, איש חסיד, טריאו, אנדי פעטיט, וואס האבן זיך שוין געלאזט הערן
זאל זיך ביטע אנרופן, אל תמנע טוב מבעליו,
ישר כח.

און איצט ווייטער...

וואס_מאכסטו
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 30, 2008 1:41 pm

תגובהדורך וואס_מאכסטו » זונטאג אפריל 13, 2008 11:33 pm

[align=center]פרינטן אפאר פעידזעשס אויף איין שיט[/align]
עצה: אויב איר ווילט ארויס פרינטן אין מייקראסאפט א פעיזש אין קלענערע חלקים, אויף איין פאפיר, למשל ביזנעס קארדס וכדו'
לאמיר זאגן איר ווילט עס דריקן אויף 6 קליינע חלקים, סעלעקט די גאנצע פעידזש קאפיעט עס איבער אויף נאך 5 פעידזשעס (+ די ערשטע =6), דריקט Ctrl P, לייגט אריין ביי Pages Per Sheet 6
דעמאלטס וועט איר האבן אלע 6 זייטן אויף איין פאפיר
איר קענט אויך נוצן די אפשען אויב איר ווילט ארויס פרינטן די פעידזש אין א קלענערע פארמאט א.ד.ג

וואס_מאכסטו
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 30, 2008 1:41 pm

תגובהדורך וואס_מאכסטו » זונטאג אפריל 13, 2008 11:37 pm

[align=center]אויסדרייען געטייפטע ווערטער פון ענגליש צו אידיש און פארקערט[/align]
איר האט שוין אוודאי געהאט אז איר טייפט אפ א היפשן שטיקל שורה, און אינמיטן דערזעהט איר זיך אז איר האט געטייפט אויף די פארקערטע ריכטונג, (למשל איר ווילט טייפן אויף אידיש און מאיזה סיבה טייפט איר אויף ענגליש).

נישט געזארגט!, אויפן קאמפיוטער אליינס איז נאך טאקע נישט דא קיין עצה דערפאר וויאזוי עס צו טוישן, אבער עס איז דא א פרי פראגראם הפוך עך הפוך וואס טוישט עס אויף פאר אייך, איר זאלט נישט דארפן איבערטייפן די גאנצע פאראגראף וואס איר האט שוין אפגעטייפט.

וואס_מאכסטו
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 30, 2008 1:41 pm

תגובהדורך וואס_מאכסטו » זונטאג אפריל 13, 2008 11:44 pm

[align=center]טוישן אינמיטן טייפן פון Hebrew צו English[/align]
עצה: אויב איר ווילט טייפן אידיש/ענגליש, און דער קאמפיוטער פאר'עקשנ'ט זיך צו טייפן אויף פונקט ס'פארקערטע איר ווילט
דריקט Ctrl צוזאמען מיט Shift, אדער Alt צוזאמען מיט Shift,
דאן וועט האפענטליך אלעס זיין מסודר עצהיו"ט

ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

תגובהדורך ליפא » מאנטאג אפריל 14, 2008 12:30 am

3x0 האט געשריבן:
וואס_מאכסטו האט געשריבן:[align=center]באהאלטן א פייל (Hidden Files)[/align]
עצה:]
ס'איז דא נאך א וועג וויאזוי מ'קען באהאלטן א פאלדער, לאמיר טרייען עס אראפצושרייבן די בעסטע וואס איך קען.

גייטס צו אייער דעסקטאפ, מאכטס א נייע פאלדער.

ביים געבן די נאמען פארן פאלדער, האלט געדריקט ALT, און אויפן נאמבער פעט, ד.מ. ביי די זייט פונעם קיבארד, דריקטס 0160, אזוי וועט די פאלדער נישט האבן קיין נאמען.

רייט קליקטס אויפן פאלדער, פראפערטיס, קאסטעמייז, טשענדזש אייקאן, וועט איר דארט טרעפן פיר ליידיגע פלעצער, אן קיין אייקאן, סעלעקט איינס פון די פיר, און מען וועט נישט זען די פאלדער.


עס ארבעט, וואונדערליך, אבער וויאזוי טרעפט מען עס שפעטער ?

אוועטאר
ברוך השם
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 11, 2008 6:29 pm

תגובהדורך ברוך השם » מאנטאג אפריל 14, 2008 12:58 am

ס'איז דא נאך א וועג וויאזוי מ'קען באהאלטן א פאלדער, לאמיר טרייען עס אראפצושרייבן די בעסטע וואס איך קען.

גייטס צו אייער דעסקטאפ, מאכטס א נייע פאלדער.

ביים געבן די נאמען פארן פאלדער, האלט געדריקט ALT, און אויפן נאמבער פעט, ד.מ. ביי די זייט פונעם קיבארד, דריקטס 0160, אזוי וועט די פאלדער נישט האבן קיין נאמען.

רייט קליקטס אויפן פאלדער, פראפערטיס, קאסטעמייז, טשענדזש אייקאן, וועט איר דארט טרעפן פיר ליידיגע פלעצער, אן קיין אייקאן, סעלעקט איינס פון די פיר, און מען וועט נישט זען די פאלדער.


איך ווייס נישט פארוואס אבער ביי מיר ארבעט עס נישט בכלל, ס'איז מעגליך ווייל איך האב א לעפטאפ און איך דארף האבן געהעריגע נאמבער פעט?

וואס_מאכסטו
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 30, 2008 1:41 pm

תגובהדורך וואס_מאכסטו » מאנטאג אפריל 14, 2008 1:25 am

ברוך השם: די ריכטיגע וועג איז ווען די רינעימסט א פייל אדער א פאלדער דריקסטו די רייט קליק דארט וועסטו זעהן Insert Unicode Control Character,דריק אריין ביי Zero Width Non-Joiner, דערנאך פאלג נאך טריאוס אינסטראקשנס.

ליפא: איך האב געקלערט א שטיקל וועג, קען זיין אז ס'איז דא א נארמאלע וועג, איך ווייס פשוט נישט. האב איך געקלערט אז זאלסט נעמען די פאלדער זאלסט עס לייגן לאמיר זאגן אין די זייט פון די דעסקטאפ, און ווען די וועס עס וועלן אנצינדן זאלסטו סעלעקטן מיט די מייז בערך ארום יענע פלאץ, וועט דיר ארויף קומען א בלויע סימן אז דארט איז דא א פאלדער, דאן וועסטו עס קענען אנצינדן.
דאס האב איך נאר געקלערט, לאמיר האפן אז עס איז דא עפעס א נארמאלערע וועג.

ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

תגובהדורך ליפא » מאנטאג אפריל 14, 2008 4:55 am

WooooW

ממש די זעלבע זאך האב איך געטראכט און געטוהן (און איך האב שוין אפי' געשיקט א אישית פאר טריאו)

ווי העוו סאמטינג אין קאממאן......

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » מאנטאג אפריל 14, 2008 6:03 am

אפשר קענט איר מיר העלפען אויף דעהם
http://yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?t=4349
יישר כח
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג אפריל 14, 2008 9:14 am

ליפא, וואס מאכסטו,

איך האב אויך נאר יענע עצה...

אוועטאר
ברוך השם
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 11, 2008 6:29 pm

תגובהדורך ברוך השם » מאנטאג אפריל 14, 2008 11:14 am

איינער קען מיר אפשר העלפן???
צומאל ווען איך וויל אוועק גיין פון מיין לעפטאפ און איך מאך עס צו, נישט איך לעש עס אויס נאר פשוט איך מאך צו דעם דעקל. נאכדעם ווען איך וויל צוריק עפענען דעם דעקל צינד זיך נישט צוריק אן די סקרין און איך דארף ריסטארטן, איז איינער קען מיר אפשר העלפן?

אוועטאר
ברוך השם
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 11, 2008 6:29 pm

תגובהדורך ברוך השם » מיטוואך אפריל 30, 2008 1:19 am

ווען איך עצינד אן מיין קאמפיוטער עפענען זיך אויף זייער אסאך פראגרעמס איינער ווייסט אפשר וויאזוי מ'קען אויסלעשן אז דאס זאל נישט פאסירן?

וואס_מאכסטו
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 30, 2008 1:41 pm

תגובהדורך וואס_מאכסטו » מיטוואך אפריל 30, 2008 1:37 am

ברוך השם:

לויט ווי איך פארשטיי דארף מען דיין פראבלעם צו קענען פיקסן ווי פאלגענד

גיי START, RUN, טייפ אריין דארט MSCONFIG, גיי ביי STARTUP, דארט וועסטו קענען זען אלעס וואס צינדט זיך אן ווען די עפנסט דיין קאמפיוטער, דארטן קענסטו דיסעיבלען אלעס וואס די ווילסט נישט עס זאל דיר אויפפאפן

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך אפריל 30, 2008 10:08 am

אכטונג, מ'דארף אבער וויסן וואס מ'לעשט אויס. עס איז ראטזאם אויסצולעשן נאר וואס מ'ווייסט וואס דאס איז און מ'איז זיכער אז מ'דארף עס נישט האבן.
An article a day keeps the babies away

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך אפריל 30, 2008 11:18 am

מיין לעפטאפ האט אויפגעהערט צו אנערקענען אז עס איז דא א בעטערי און נאר ווען ער איז איינגעפלאגט ארבעט ער אין ווען נישט גייט די רויטע לייט אין די בעטערי און ביז געציילטע מינוט איז נישט דא צו וועם צו קלאפן

ברוך דיין MS ........

איז דא הילף דעראויף

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך אפריל 30, 2008 3:11 pm

א בעטערי גייט שלאפן מיט די צייט. די טשארדזש ווערט צוביסלעך ווייניגער און ווייניגער, ביז ס'שטארבט אפ גענצליך. דאס פאסירט אפילו ביי דעל לעפטאפס, און כש"כ ביי אנדערע שוואכערע קאמפאניס. בלייבט נאר איבער צו וואונטשן, אז דו זאלסט קויפן א נייע בעטערי.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מיטוואך אפריל 30, 2008 5:28 pm

ווייסט עמיצער וואס דאס באדייט?
צוגעלייגטע
1.JPG
1.JPG (8.03 KiB) געזעהן 3153 מאל
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מיטוואך אפריל 30, 2008 5:29 pm

נאך עפעס אין וואס איך האב מיר היינט אנגעקלאפט.
צוגעלייגטע
.JPG
.JPG (17.09 KiB) געזעהן 3151 מאל
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » פרייטאג מאי 02, 2008 2:17 pm

לעצטענס באקום איך דאס ווען אימער איך ריסטארט מיין כלי
צוגעלייגטע
.JPG
.JPG (56.6 KiB) געזעהן 3137 מאל
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » פרייטאג מאי 02, 2008 2:20 pm

עפעס מוז פארגיין מיט דיין אלקאהאל 120 פראגרעם, איך ווייס נישט פונקטליך, אבער אזוי פיל ווייס איך אז ביי אן ענליכן פראבלעם האב איך געמוזט רי-אינסטאלן די פראגראם, אבער עס מוז נישט זיין
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » פרייטאג מאי 02, 2008 2:30 pm

לעצטענס האב איך באמערקט אז היידפארק (בחדרי-חרדים) איז געווארן אנגעשטויסען מיט די פאלשע ספעמס, וואס איז פשט?

דא האט איר עטליכע בילדער:
צוגעלייגטע
.JPG
.JPG (18.92 KiB) געזעהן 2940 מאל
.JPG
.JPG (29.68 KiB) געזעהן 2938 מאל
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » פרייטאג מאי 02, 2008 3:01 pm

מכירו הייתי לשעבר אז די אלע אנטי-וירוס הנרדפים היינו הוירוסים גופייהו, ועכשיו ביותר, זיי לאזען מיר נישט אפ, וואס קען מען טוהען?
צוגעלייגטע
-וירוס רוצחים.JPG
-וירוס רוצחים.JPG (22.73 KiB) געזעהן 3080 מאל
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
איש חסיד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 31, 2008 8:39 pm
לאקאציע: פון צייט צו צייט אין קרעטשמע

תגובהדורך איש חסיד » פרייטאג מאי 02, 2008 4:46 pm

antispywaremaster איז א spyware app נישט anti, עס קען נישט ווערן אנאינסטאלד גרינג אין קען זיך אליין ריאינסטאלן עס זעהט אויס אז דיין קאמפיוטער איז אינפעקטעט download spyware doctar starter פין גוגל פעק http://pack.google.com צי קלינען ספייווער כהאף די האסט עפעס א מענטשליכע real time anti-virus protection .

דאונלאוד קיינמאל נישט קיין application אן קיין רעקאמענדאציע פון א באקאנטע לעגאטימע סייט, די tool http://download.mcafee.com/products/SA/IE/saSetup.exe איז זייער הילפבאר,
לעצט פאראכטן דורך איש חסיד אום מיטוואך מאי 07, 2008 11:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בן יועזר
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 3:21 pm

תגובהדורך בן יועזר » מיטוואך מאי 07, 2008 12:05 am

אגב אפשר קענסטו געבן א ביסל מער הסבר אויף די חורבן פון גוגל'ס ספיי ווער פראגראם

KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:22 pm

תגובהדורך KCSP » מיטוואך מאי 07, 2008 4:05 pm

btw וויזוי קען איך נעמען אזא באקס וואס קומט ארויף אויפן קאמפיוטער און ארויפלייגען דא??


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט