בלאט 5 פון 52

געשריבן: פרייטאג ינואר 18, 2013 12:50 pm
דורך שנאפס
ענעבעלד סיסטעם פיילס און ער ווייזט נישט גארנישט פון די נעכטיגע

געשריבן: זונטאג ינואר 20, 2013 2:51 pm
דורך מייקראסאפט
אלע מיינע אייקאונס האט זיך געטוישט צי אינטערנעט עקספלארער'ס אייקאון. וויאזוי געט מען זיך אן עצה?

געשריבן: זונטאג ינואר 20, 2013 3:59 pm
דורך מומחה עצום
ס'עפענט זיך אין IE אדער נאר די אייקאן האט זיך געטוישט?

געשריבן: מאנטאג ינואר 21, 2013 9:12 am
דורך תרגום יונתן
שנאפס, עני אפדעיט? כ'האב געמאכט א בילד מיט אינסטרוקציעס.

צינד אן Process Monitor, סטאפ די קעפטשור (בילד 1), פארמעק אלע דאטא (בילד 2), עפן די פילטער מעניו (בילד 3), זוך אויף Path און טייפ אריין די פאלדער נאמען דערנאך קליק Add און OK (בילד 4), צינד צוריק אן די קעפטשור (בילד 1). לאז דעם פראגראם לויפן, קאפי אריין די פיילס אינעם פאלדער, ווארט ביז זיי ווערן דיליטעד און דאן סטאפ די קעפטשור.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 24, 2013 6:17 pm
דורך מייקראסאפט
מייקראסאפט האט געשריבן:אלע מיינע אייקאונס האט זיך געטוישט צי אינטערנעט עקספלארער'ס אייקאון. וויאזוי געט מען זיך אן עצה?


ב"ה מיט איין קליק איז עס געפיקסט געווארן, ס'הייסט? "מומחה עצום" האט געמאכט א פראגרעם וואס טיט דאס ארבעט, אין אלע אייקאונס טוישט זיך צירוק צי די דיפאלט, שכויעך!!!

אפשר לייגסטי ארויף די פראגרעם דא אויף אייוועלט אויב איינער דארפ דאס?

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 24, 2013 7:13 pm
דורך מומחה עצום
דא איז עס - ס'איז נישט א פראגרעם נאר א סקריפט, די עיקר אז ס'טוט די דזשאב.
אינסטראקשענס: Unzip and double click the "Autorun.vbs" file

File_Extensions_Reset.zip
(122.2 KiB) דאונלאודעד 179 מאל

געשריבן: מיטוואך ינואר 30, 2013 6:17 pm
דורך שנאפס
תרגום יונתן האט געשריבן:שנאפס, עני אפדעיט? כ'האב געמאכט א בילד מיט אינסטרוקציעס.

צינד אן Process Monitor, סטאפ די קעפטשור (בילד 1), פארמעק אלע דאטא (בילד 2), עפן די פילטער מעניו (בילד 3), זוך אויף Path און טייפ אריין די פאלדער נאמען דערנאך קליק Add און OK (בילד 4), צינד צוריק אן די קעפטשור (בילד 1). לאז דעם פראגראם לויפן, קאפי אריין די פיילס אינעם פאלדער, ווארט ביז זיי ווערן דיליטעד און דאן סטאפ די קעפטשור.


א יש"כ

פאריגעס מאל האב איך פארשטייט זיך נישט געוואוסט וואס מען דארף טון, און די פראסעס מאניטאר האט זיך אליינס אויסגעלאשן נאך אפאר שעה

איך האלט יעצט אינמיטן אריינקאפיען אלע פיילס, העמער זען וואס געשעט

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 31, 2013 12:13 pm
דורך שנאפס
דער פראסעס מאניטאר האט אויפגעהערט ארבעטן אינמיטן די נאכט, עס זאגט אז דער קאמפיוטער האט נישט געהאט גענוג מעמארי

פארשטייט זיך אז איך האב נישט געקענט סעיוון דעם לאג פייל

Capture.JPG


למעשה, ב"ה די נאכט האט זיך גארנישט אויסגעמעקט, לאמיר האפן אז מען איז פארטיג דערמיט

איך לאז יעצט פראסעס מאניטאר ראנען, אויב עס מעקט זיך היינט אינמיטן טאג

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 31, 2013 12:21 pm
דורך תרגום יונתן
אךך, פארגעסן צו זאגן, אונטער Filter קליק Drop Filtered Events. אנדערש וועט ער בלויז פילטערן דעם ווינדאוי אבער ער וועט דאך האלטן אלע איווענטס און פארניצן די מעמארי דערפאר. נאכ'ן קליקן וועסטו לכאורה נישט האבן דעם פראבלעם מער.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 31, 2013 1:33 pm
דורך משנה מקום
אויך ביי פייל דרוק בעקינג פיילס אין טויש פין ווירטשעל מעמארי צי יוז פיילס וועט עס נישט אויסגיין פין מעמארי

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 07, 2013 1:02 pm
דורך שמעלקא טויב
וואס טוט מען ווען ס'קומט ארויף אזאליכע סקרינס מיט אדווערטייזינג ווידיאוס?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 07, 2013 1:17 pm
דורך למעלה משבעים
מען קלויבט אויס דעם בעסטן סקרין און דאס קויפט מען....

ערנסט גערעדט ווען קומט ארויף די סקרינס? יעדע וועבסייט ווי איר באזוכט?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 07, 2013 1:20 pm
דורך שמעלקא טויב
למשל איך קום ארויף אויף אייוועלט און נאך צוויי מינוט האב איך א גאסט, ס'זעהט אויס ווי עפעס א ווירוס וכו'. כ'קען זיך נישט אויס מיט די זאכן, כ'האב נישט קיין איינונג וואס דאס איז.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 07, 2013 1:29 pm
דורך למעלה משבעים
לכאורה איז דאס א עדדווער.

איך בין נישט באקאנט וועלכע פראגרעם איז די בעסטע פארדעם.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 07, 2013 2:02 pm
דורך שנאפס
אויב תרגום יונתן אדער משנה מקום זענען נאך אינטערעסירט צו וויסן, די פיילס האבן מיסטריעז אויפגעהערט זיך אויסצומעקן, ב"ה

אבער עניוועי א גרויסן יש"כ פאר די הילף.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 07, 2013 3:23 pm
דורך שמעלקא טויב
ישר כוח גדול פאר ידידינו ר' מומחה עצום פארן ארויסהעלפן.

דער פראבלעם איז "אמאל" געווען.

שכרך הרבה מאוד!

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 07, 2013 3:56 pm
דורך תרגום יונתן
שכח פאר'ן אפדעיט, שנאפס.

געשריבן: פרייטאג פאברואר 15, 2013 11:44 am
דורך yield
וויאזוי קען איך געוואר ווערן מיין bios password אן ארויסנעמען די cmos באטערי

געשריבן: פרייטאג פאברואר 15, 2013 12:27 pm
דורך משנה מקום
ווענד זיך דעסקטאפ לעפטאפ קאמפעני מאדעל סתם אזוי דעסקטאפס קומען מיט א jumper צי קלירען די cmos מען דארף נישט ארויס נעמען די בעטערי און נישט יעדער קאמפיוטער העלפט ארויסנעמען די בעטערי

געשריבן: פרייטאג פאברואר 15, 2013 12:39 pm
דורך yield
כ'האב געמיינט ביידע סיי די jumper און סיי די cmos battery, איז נישטדא א וועג צו קרעקן די פעסווארד? וואס איז דאס?

געשריבן: פרייטאג פאברואר 15, 2013 12:52 pm
דורך משנה מקום
איך האב געהאט אמאל הצלחה מיט איינע פין די פראגרעמס איך ווייס נישט צי סאיז געווען דעי וואס די האסט געלינקט אבער סאיז געווען א לעפטאפ סאו סאיז אנדערש ווייל נישט אלע לעפטאפ קען מען ריסעטען די פעסווערד אויף די צוויי אויבען דערמאנטע וועגען סאו שטעלען זיי צי א אינטער טירעל

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2013 10:23 pm
דורך מייקראסאפט
איך האב אן עקסטערנעל הארד דרייוו, ווען איך וויל עס אייביג אויספלאגען פין קאמפיאטער גיי איך צי סעיף רימאוו, אבער אייביג זאגט עס מיר אז עפעס א פראגרעם ראנט נאך אין איך זאל עס זעהן אויסצילעשען פאר איך נעם ארויס מיין דעווייס, אבער סהייבט זעך נישט אן לויט מיין וויסען ארבעט נישט גארנישט פין די הארד דרייוו, וואס קען עס מיינען? ווי קען איך טרעפען וואס עס ראנט?
בכלל קען עפעס געשען אויב איך פייפ אים אן אין איך פלאג עס אויס?
(ביי דעי וועי שכויעך זייער נייגעריג געטראפן די אשכל מיט קאנטראל עפען אויף "מפתח כללי אויף איש את רעהו יעזורו".)

געשריבן: דאנארשטאג מאי 02, 2013 7:22 am
דורך תרגום יונתן
קענסט ניצן א פראגראם וואס וועט דיר ווייזן אלע פיילס וואס זענען אפן אויף יענעם דרייוו.

פראסעס עקספלארער קען דאס טון. אויבן קליק Find Handles (עפעס אזוי) און טייפ אריין די דרייוו לעטטער (למשל \:E) וועט ער טרעפן אלע פראגרעמס וואס האבן אפן פיילס אויף דעם דרייוו. אונטן וועסטו זען די פייל נאמען אויך. (מען קען זוכן א פאלדער נאמען אויך, נישט בלויז דרייווס.)

געשריבן: דאנארשטאג מאי 02, 2013 10:07 am
דורך טהור-עיניים
ok, today i'm having a problem that my computer just won't type yiddish, can anybody help me with that
?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 02, 2013 10:29 am
דורך תרגום יונתן
שור! וויטש ווינדאוס ווערשאן דו יו העוו, עקס-פי, וויסטא, ווינדאוס-7 אר ווינדאוס-8?