אנקעטע: וועלכע ווערסיע פון ווינדאוס גלייכט איר ס'מערסטע?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

וועלכע ווערסיע פון ווינדאוס גלייכט איר/האט איר געגליכן ס'מערסטע?

Windows ME
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
Windows XP
8
11%
Windows Vista
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
Windows 7
30
41%
Windows 8
8
11%
Windows 10
27
37%
 
סך הכול שטימען: 73

אוועטאר
יין המשומר
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 08, 2015 12:55 pm

אנקעטע: וועלכע ווערסיע פון ווינדאוס גלייכט איר ס'מערסטע?

תגובהדורך יין המשומר » זונטאג נובעמבער 22, 2015 3:49 pm

צוליב געוויסע סיבות מאך איך אנקעטע. בין איך נייגעריג צי נאך אסאך אנדערע האלטן ווי מיר...
יעדע מטבע האט 3 זייטן: 1. די זייט וואס דו זעסט. 2. די זייט וואס דיין צד שכנגד זעט. 3. די זייט [און דער אמת] וואס בלויז דער איינציגער באשעפער זעט.
די דריטע זייט קענסטו נישט זען - פרוביר כאטש צו זען די צווייטע זייט

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג נובעמבער 22, 2015 5:12 pm

אויב האט איינער נאך נישט 10, אדער האט ער קיינאמל געהאט נידריגער ווי 7 אדער XP, קען ער דען אריינרעדן?

אזא אנקעטע דארף זיין פאר אזעלעכע וואס האבן פראבירט די אלטע, און די נייע, און זאלן זאגן וואס זיי האלטן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג נובעמבער 22, 2015 5:14 pm

ועוד,

"וויסטע" און "8" קענסטו אראפנעמען פון די ליסטע, ווייל זיי זענען אינטערנאציאנאל אנערקענט געווארן פאר א "וויסטע" דורכפאל, פון וואס מען דארף זיך "אכט" געבן, נישט אנצורירן....
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » זונטאג נובעמבער 22, 2015 5:15 pm

געוועהלט פאר די לעצטע, זייער שיין שנעל און גוט

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4443
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג נובעמבער 22, 2015 5:22 pm

green האט געשריבן:געוועהלט פאר די לעצטע, זייער שיין שנעל און גוט
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:19 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:ועוד,

"וויסטע" און "8" קענסטו אראפנעמען פון די ליסטע, ווייל זיי זענען אינטערנאציאנאל אנערקענט געווארן פאר א "וויסטע" דורכפאל, פון וואס מען דארף זיך "אכט" געבן, נישט אנצורירן....

קענסט נישט צוגלייכען די דורעכפאל פון וויסטע לגבי מארקעט שעיר אכט איז נישט געווען אזא דורכפאל
אבער די די סיבה פון די דורכפאל פון וויסטע איז מייקראסאפט נישט אזוי שילדוג ווי די דורכפאל פון 8

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4013
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:55 pm

געוואוט פאר 8, הגם ס'מיינט כמובן 8.1, מיט Classicstart8.
ווינדאוס 10 האבעך דערווייל נישט אויספרובירט.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אידישע קאפ
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2014 11:56 pm

תגובהדורך אידישע קאפ » זונטאג נובעמבער 22, 2015 7:20 pm

געוועלט פארן צענער אפי׳ עריז נאכניש אינגאנצען בסדר נאכאלץ האטער אסאך מעלות איבערן זיבענער

למשל האבן אפאר סקרין׳ס אפען, ער ארבעט שנעל, ועוד

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » זונטאג נובעמבער 22, 2015 10:15 pm

משנה מקום האט געשריבן:קענסט נישט צוגלייכען די דורעכפאל פון וויסטע לגבי מארקעט שעיר אכט איז נישט געווען אזא דורכפאל
אבער די די סיבה פון די דורכפאל פון וויסטע איז מייקראסאפט נישט אזוי שילדוג ווי די דורכפאל פון 8


געהערט פון אייביג אן אז וויסטע איז געווען א דורכפאל, אויפן 8'טער האב איך אויך אזוי געהערט, יעצט הער איך פון משנה מקום אז עס איז א שטיקל חילוק, סאיז מיר זייער אינטרעסאנט צו הערן, אביסל מער מרחיב זיין דערין וואלט געווען עפרישיעטעד!
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג נובעמבער 22, 2015 10:35 pm

אויסערן מיניסטער האט געשריבן:
משנה מקום האט געשריבן:קענסט נישט צוגלייכען די דורעכפאל פון וויסטע לגבי מארקעט שעיר אכט איז נישט געווען אזא דורכפאל
אבער די די סיבה פון די דורכפאל פון וויסטע איז מייקראסאפט נישט אזוי שילדוג ווי די דורכפאל פון 8


געהערט פון אייביג אן אז וויסטע איז געווען א דורכפאל, אויפן 8'טער האב איך אויך אזוי געהערט, יעצט הער איך פון משנה מקום אז עס איז א שטיקל חילוק, סאיז מיר זייער אינטרעסאנט צו הערן, אביסל מער מרחיב זיין דערין וואלט געווען עפרישיעטעד!

כ'ווייס נישט צו ער מיינט דאס, אבער וויסטע איז פאנדומענטאל געווען ראנג. עס איז געווען צו העווי, זיי זענען געגאנגען בעליסטיק אויף די סעקיורעטי, בכלל יעדע זאך האט געדארפט 20 וויריפיקעשאנס וכו'.

אכט איז נאר געווען שלעכט ווייל עס איז געווען עפעס ניי, און דער עולם איז נישט געווען געוואוינט, עס איז געווען צופיל נייע און פאנדומענטאלע זאכען אויף איין מאל געטוישט.

אזוי ווייט, אז זיי האבן צוריק געטוישט נאר עטליכע זאכן אין 8.1 און די מצב איז געווארן פיל רואיגער. דאס הייסט די סיסטעם בעצם איז נישט געווען אזוי שלעכט - אפשר בכלל נשיט שלעכט - נאר די טויש איז געווען די פראבלעם.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג נובעמבער 22, 2015 11:05 pm

ווינדאוס וויסטע רעדט אפי' נישט דערפון, כ'גלייב שווער אז איינער איז געווען צופרידן דערפון רח"ל, אוי האב איך זיך געפלאגט דערמיט.

לענ"ד איז די טויש פון ווינדאוס 7 צו ווינדאוס 10, די זעלבע שווערע טויש ווי פון XP צו ווינדאוס 7 [וויסטע וויל איך נישט רעדן...], כ'האב באמת נישט צופיל צייט צו שפילן מיט ווינדאוס 10, אבער די חלק פון דארפן זיכן יעדע זאך ווי ער ליגט, און כ'האב נאכאלץ נישט געכאפט צו די סעטינג'ס זענען דאבל, סיי אין קאנטראל פענעל, און סיי אין עפעס א מאדנע סעטינג'ס ווינדאו, אדער איז דאס עפעס אנדערש, כ'פיל זיך מצד מה ווי ווען כ'האב געטוישט פון XP.

פראבלעמען דערמיט [מיט די קאמפיוטער וואס איז לכתחילה געקומען מיט ווינדאוס 10] האב איך ב"ה נאכנישט געהאט, צו ס'האט מער מעלות פון ווינדאוס 7? לענ"ד נישט צופיל, יא עס האט מער שפילערייען, אבער פאר איינער וואס איז נישט אינטרעסירט דערין, איז ווינדאוס 7 פונקט אזוי גוט. ווידער מיין קאמפיוטער וואס כ'האב אפדעיטעט צו ווינדאוס 10, האב איך יא געהאט פראבלעמען דערנאך מיט די אינטערנעט קאנעקשן וואס איז געווארן דיסעיבלד סתם אזוי [און דערווייל נישט געהאט קיין צייט צו טשעקן וואס די מעשה איז, למעשה זינט קנאפער האט מיר געזאגט כ'זאל פראבירן צו אנאינסטאלן די דרייווער, האט ער דערווייל נאכנישט געמאכט די פראבלעמען], אבער חוץ דעם איז אלעס עולם כמנהגו נוהג.

ממילא איז מיין וואויט אויף ווינדאוס 7, אבער פארשטייט זיך איך גיי שוין נישט צוריק גיין, און די קאמפיוטער וואס האט עס נאך גיי איך נישט טוישן...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8869
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 12:55 am

איך פערזענדליך נוץ היינט ווינדאוס 7 אויף איין כלי און ווינדאוס 10 אויף א צווייטע. איך האב געוועלט פאר ווינדאוס 10 ווייל למעשה האלט איך אז עס איז א היבש בעסערע אפערעטינג סיסטעם (אסאך מעלות זענען שוין געווען ביי אכט אדער אכט.איין אבער דארט איז דאך געווען אסאך פראבלעמען דערצו.), און דער עיקר פראבלעם וואס מענטשן האבן דערמיט (אינקלודינג מייסעלף) איז אז מען פילט פשוט ווי מען דארף נאכאמאל געבוירן ווערן, אלעס איז ניי. אבער דאס איז דאך פונקט אזוי געווען ביי עקס פי צו זיבן, און איך גלויב אז היינט גייט זיך קיינער נישט וואגן צו זאגן אז עקס פי איז בעסער ווי זיבן (אחוץ די וואס האבן נאך עקס פי...)
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 1:14 am

עס איז געווען א יש אומרים אז די ווינדאוס 8 איז געווען א אויסגערעכענטע קאטעסטראפע אין א "נייע פעפסי" קאנספיראציע.

צו יענץ איז ריכטיג צו נישט ווייסעך נישט, אבער אז עס איז געווען א אנגרייטונג אויף 10, און אז מען זאל נישט אזוי פארפירן, וועל איך נישט זיין שאקד געוואר צו ווערן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 8:00 am

צווישען וויסטע און ווינדאוס 7 איז נישטא אזא חילוק אויב אזוי פארוואס איז עס געווען א דיזעסטער?
איך מיין אז עס איז געווען דריי סיבות
איינס אז מענטשען האבען גענומען אלטע קומפיוטערס וואס זענען נישט געווען געמאכט פאר וויסטע ווייל וויסטע האט צו באקומען אסאך מאדערנע טעכנעלוגיע האט עס געדארפט אסאך מער מעמארי ווי עקס פי און מעמארי האט אנגעפאנגען צו ווערען ביליגער ערגעץ און יענע צייט אבער די אלע אביסעלע עלטערע קומפיוטערס האבען געהאט ווייניג מעמארי
צוויי אז הארדווער קאמפעניס בעיקר גרעפיקס האבען נישט געמאכט קיין גוטע דרייווערס
דריי וואס דאס איז די איינציגסט אויף וואס מייקראסאפט איז שילדוג איז אז יוזער אקאונט קאנטראול האט צו סאך משוגע געמאכט וואס דאס איז נישט געווען אזא גרויסע פראבלעם
דאס איז וואס איך האב געמיינט צו זאגען אז מייקראסאפט איז בעיקר נישט שילדוג אויף די פראבלעמען אויף וויסטע ווייל פון די דריי עיקר פראבעלעמען זענען זיי געווען שילדוג אויף איינס וואס מען האט געקענט דיסעבלען
יעצט די חילוק פון ווינדאוס 7 לגבי די ערשטע פראבלעם איז טאקע נישטא קיין חילוק נאר עס איז אריבער אפאר יאר און די עולם האט שוין געהאט קומפיוטערס מיט מער מעמארי (און ווינדאוס האט דאכצעמער אינפאורסד א מינימום) און מען קען נאך יעצט נוצען פאר ווינדאוס 10 עני קומפיוטער פון וויסטע צייטען (אויב איז דא דרייווערס)
לגבי די צווייטע פראבלעם האט מייקראסאפט געווארען מער שטרענגער מיט הארדווער ווענדערס און זיי געצווינגען מער מיטאיירבעטען מיט זיי
לגבי די דריטע פראבלעם האבען זיי געטוישט אביסעל

יעצט זייער אסאך מענטשען וגם אני בתוכם האבען ליב געהאט וויסטע ווייל איך האב נישט געהאט פראבלעם 1 און 2 נאר ווייל עס איז שוין געווען אזא נעגעטיוו פראפעגאנדע קעגען דעם און עס איז געקרוינט געווארען אלס א דורכפאל איז די דורכפאל געווען גרעסער ווי עס וואלט געדארפט זיין ווייל מענטשען האבען עס שוין נישט געוואלט טרייען וויי זיי האבען געהערט אז עס דא מענטשען וואס האבען פראבלעמען

יעצט די פראבעלעמען פון אכט וואס גראדע האט אסאך מעלות א קעגען 7 אבער דאס וואס האט אויפגערעקט מענטשען די סטארט סקרין וכו' דאס איז מייקראסאפט שילדוג און איך האב גלייך געטראכט פארוואס זיי האבען נישט געטוהון דאס וואס זיי האבען טאקע געטוהון מיט 10

געוואוט האב איך פאר 10 ווייל עס האט אלע מעלות פון זיבען אכט און אסאך נייע מעלות סיי וואס מען זעהט און סיי בעהיינט די האד

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 8:20 am

אביסעלע ידיעות: מייקראסאפט האט ביז וויסטע געשריבן זייער קאמפיוטער אויף א געוויסע פלאטפארם זיי האבן געהאלטן אין איין אויסבעסערן דאס ביז די XP וועלכע איז געווען אין זיינער צייט א כלי מפואר. נאכדעם האבן זיי באשלאסן אנשטאט צו צו ארויף לייגן נאך א לאטע אויפן סיסטעם האבן זיי געשריבן א ברענד ניו פלאטפארם ויקרא שמו וויסטע, זיי האבן לכתחילה געמאלדן אז עס איז א טעסט מאדעל. איז אזוי עקס פי האט געארבטע א מחי׳ און וויסטע האט געהאט זייער אסאך באבאס ממילא איז וויסטע געווארן א ביי שפיל פון א דורכפאל שפעטער האבן זיי פאר ראכטן אלע אישוס געבויעט אויף די קאמפלעינס פון וויסטע און מהאט עס א נאמען געגעבן ווינדאס אכט

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 8:23 am

שטותים!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 1:16 pm

משנה, אויב איך האב נישט קיין טעות איז 7 געווען "גרינגער" ווי וויסטע.

סא, אין הכי נמי וואס דו זאגסט, אבער עס איז געווען עקסטערע "העווי" סתם אזוי. חוץ די משוגענע סעקיורעטי און מאלטיי לעוועל רשות געבעטאכטס אויף יעדן אטעם.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 2:07 pm

משנה, כ'ווייס נישט פארוואס די זאגסט אזוי, אבער איך האב געקויפט א קאמפיוטער וואס איז געקומען ארגיענעל מיט וויסטע, ווי שטייט דער האט געארבעט רח"ל, שפעטער ווען כ'האב די זעלבע קאמפיוטער געטוישט צו ווינדאוס 7, האב איך אפגעאטעמט.. כ'זאג נישט, ער לויפט נישט גאר שנעל ווייל למעשה איז די כלי נישט ווייסעך וואס, אבער פול פול שנעלער ווי ביי וויסטע.
[כ'פלעג אנצינדן די קאמפיוטער און אינצווישן גיין עסן מיטאג און צוריק קומען צו זען אז עס ווערט שוין גרייט צום באניץ ביז א מינוט... ממש כמעט נישט קיין גוזמא]

אוועטאר
פלאטפארמע
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 7:57 pm
לאקאציע: מען געפינט זיך אויף מיר.

תגובהדורך פלאטפארמע » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 3:37 pm

איך זעה אז מיין שטימע קען דא אויסמאכן צווישן ווינדאוס 10 און 7.. אבער כווייס נישט אויף וואס צו שטימען. איך וויל עס זאך זיין א אפציע: ווינדואס 10 נאך די פארבעסערונגען.
ווינדאוס 10 נאכן אדורכגיין פארבעסערונגען וועט עס איבערשטייגן ווינדואס 7.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 3:38 pm

@למעלה
קודם כל קען זיין דיין פראבלעם קען זיין סיבה 2
אדער איז עס געווען א גאר לאו ענד מאשין און דו האסט פטור געווארען פון אלע גארביטש וואס קומט מיט די קומפיוטער ווען מען קויפט עס
מאכט סענס?

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 3:43 pm

ווינדאוס 10 בלי שום ספק. אן אפרעיטינג סיסטעם ווי עס דארף צו זיין, פיל בעסער ווי 7.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דינסטאג נובעמבער 24, 2015 12:40 am

ווינדאויס 8, א הערליכע, ניעד אפערעטינג סיסטעם און לעיאוט. א חוץ די עטליכע חסרונות וואס האט דאס געמאכט פאר א דורכפאל. איך וואלט ווען גוועהלט פאר "ווינדאויס 8 מיט די פאררעכטונגען פון ווינדאויס 10".

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דינסטאג נובעמבער 24, 2015 4:33 am

איז פארוואס נישט וועלען ווינדאוס 10?


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט