ווינדאוס הילף און פראגעס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אמת לאמיתו
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 5:34 pm

ווינדאוס הילף און פראגעס

תגובהדורך אמת לאמיתו » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 12:58 pm

דא עפען איך אן אשכול וואס וועט דינען פאר אלע ווינדאוס אישוס - אפגעזען צו עס איז XP אדער 7 8 אדער 10 - מיט הילף און ידיעות און מיט וואס נישט

נישט וואס איז נוגע די פראגראם אליין ווי למשל קוויקבוקס, ווארד, עקסעל, וכו', (יעדע איינע האט אן פארזוך אן אשכול), דער אשכול איז מיוחד פאר די ווינדאוס בכלליות, ווי למשל דעסטאפ פראבלעמען, אדער Control Panel, אדער פראבלעמען מיט סעיווען פיילס און פאלדערס, אינסטאלען א פראגרעם אדער אן אינסטאלען וכו' וכו' וכו', (כל זמן עס איז א ווינדאוס סיסטעם בעלאנגט עס אהער)

און אונזער געטרייע (אום באצאלטע - פון אונז, נאר פון דעם פון אויבען) סאפארט טעים וועט זיין גרייט 24/6 צו העלפען דעם גאנצען עולם

און ווען איינער עפענט אן אשכול בנוגע דעם ענין, ביטע צושמעלצן אהער, (מנהלים אלערט)

ובזה החלי:
חותמו של הקב"ה אמת

אמת לאמיתו
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 5:34 pm

זיפ פאלדערס

תגובהדורך אמת לאמיתו » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 1:03 pm

עס האט זיך געסעיווט אין מיין דעסקטאפ שוין א לאנגע צייט צוריק (איך געדענקעט נישט וויאזוי) 3 זיפ פאלדערס
עס לאט זיך נישט עפענען, און נישט אויסמעקען ער דארף עפעס רשות (איך בין א אדמיניטראטער יוזער)

עני הילף
חותמו של הקב"ה אמת

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8696
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 1:26 pm

אמת לאמיתו האט געשריבן:עס האט זיך געסעיווט אין מיין דעסקטאפ שוין א לאנגע צייט צוריק (איך געדענקעט נישט וויאזוי) 3 זיפ פאלדערס
עס לאט זיך נישט עפענען, און נישט אויסמעקען ער דארף עפעס רשות (איך בין א אדמיניטראטער יוזער)

עני הילף

רייט קליק און דריקן דעליט ארבעט אויכעט נישט?
(אויב נישט לייג ארויף א בילד פון דער מעסעדזש וואס קומט ארויף.)
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 1:41 pm

אמת לאמיתו האט געשריבן:עס האט זיך געסעיווט אין מיין דעסקטאפ שוין א לאנגע צייט צוריק (איך געדענקעט נישט וויאזוי) 3 זיפ פאלדערס
עס לאט זיך נישט עפענען, און נישט אויסמעקען ער דארף עפעס רשות (איך בין א אדמיניטראטער יוזער)

עני הילף

ריסטארט אין סעיף מאוד און דיליט, אדער טריי צו עפענען מיט 7zip

אמת לאמיתו
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 5:34 pm

תגובהדורך אמת לאמיתו » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 1:42 pm

Capture.PNG


פארגעס נישט וואס איך האב געזאגט אז איך בין אן אדמינעסטראטער
חותמו של הקב"ה אמת

אמת לאמיתו
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 5:34 pm

תגובהדורך אמת לאמיתו » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 1:45 pm

מומחה עצום האט געשריבן:
ריסטארט אין סעיף מאוד און דיליט, אדער טריי צו עפענען מיט 7zip


מומחה! אויב די קענסט דיך מער אראפלאזן פאר אן עם הארץ אזוי ווי מיר

איך פארשטיי נישט נישט קיין איינע פון די וועגען וואס דאס איז

שכח
חותמו של הקב"ה אמת

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 1:46 pm

דאס איז א NTFS permissions פראבלעם, דו דארפסט טשעקן די סעקיוריטי טעב אין די פייל פראפערטיס און זיכער מאכן אז דיין יוזער האט full control

אמת לאמיתו
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 5:34 pm

תגובהדורך אמת לאמיתו » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 2:08 pm

מסודר! שכח מומחה!

מומחה עצום האט געשריבן:דאס איז א NTFS permissions פראבלעם, דו דארפסט טשעקן די סעקיוריטי טעב אין די פייל פראפערטיס און זיכער מאכן אז דיין יוזער האט full control


מומחה! אפשר ביזטו מסביר וואס מיינט א NTFS permissions
חותמו של הקב"ה אמת

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8696
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 2:12 pm

דאס איז דער ערלויבעניש וואס יעדער יוזער באקומט פון דער סיסטעם וואס ער מעג טון מיט געוויסע פיילס. אמאל קען זיך מאכן א פייל וואס עס איז אראפגעפאלן ערלויבעניש דערפון אז דער פשוט'ער אדמיניסטרעיטאר יוזער זאל קענען טוישן עפעס אין דער פייל, דארף מען צוריקנעמען ערלויבעניש.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 2:12 pm

אויפן שפיץ גאפל איז עס א וועג פון קאנטראלירן ווער ס'קען זעהן, מעקן אדער טוישן א פייל/פאלדער אין ווינדאוס סיסטעמס.

מער דערוועגן דא

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8750
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 4:00 pm

ווען איך האב געהאט אזא פראבלעם האב איך געעפנט 7-ZIP פייל מענידזשער, און אפיר געזיכט דעם פייל און דארט געדריקט דעליט און ער האט זיך פיין פארמעקט.

אמת לאמיתו
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 5:34 pm

zip Foldar

תגובהדורך אמת לאמיתו » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 2:58 pm

איך האב א זיפ פאלדער וואס איז געלאקט, מדארף האבן א פעסווארד דאס צו עפענען
איז דא א וועג דאס אויסקרויזען? אדער אז איך ווייס נישט די פעסווארד קען איך זאגן קדיש אויף דעם
לעצט פאראכטן דורך אמת לאמיתו אום דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 4:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
חותמו של הקב"ה אמת

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 4:04 pm

דערמאן דיך די פעסווארד, און אז נישט פארגעס דערפון

אמת לאמיתו
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 5:34 pm

תגובהדורך אמת לאמיתו » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 4:11 pm

מומחה עצום האט געשריבן:דערמאן דיך די פעסווארד, און אז נישט פארגעס דערפון


איך האב נישט גוט ארויסגעשריבען
די פייל אין די זיפ פאלדער איז געבלאקט, נישט די פאלדער אליין

די זעלבע זאך ??
לעצט פאראכטן דורך אמת לאמיתו אום דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 4:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
חותמו של הקב"ה אמת

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 4:13 pm

יא

אמת לאמיתו
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 5:34 pm

תגובהדורך אמת לאמיתו » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 4:18 pm

אז מרעדט שוין יא לאמיר פארשטיין בענין בלאקען פיילס

וויאזוי בלאקט מען א פייל ??
און צו דאס מוז זיין אין א זיפ פאלדער ??
קען מען בלאקען א פאלדער ??
חותמו של הקב"ה אמת

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8750
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 4:19 pm

א רגע, וועלכע פייל איז דאס? א ווארד/עקסעל פייל? (אויב איז עס נישט קיין אידישע פעסווארד) איז יא דא וועגן דערפאר.

אמת לאמיתו
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 5:34 pm

תגובהדורך אמת לאמיתו » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 4:24 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:א רגע, וועלכע פייל איז דאס? א ווארד/עקסעל פייל? (אויב איז עס נישט קיין אידישע פעסווארד) איז יא דא וועגן דערפאר.


דאס איז א MP4 Video

עס קומט נישט פון א איד, סוי מסתמא קען ער נישט קיין אידיש
חותמו של הקב"ה אמת

אמת לאמיתו
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 5:34 pm

תגובהדורך אמת לאמיתו » פרייטאג אוגוסט 07, 2015 9:53 am

מיין עספלארער האט מיך אויפגעהערט צו האלטן די פעסוווארדס און Cookies

עני הילף ??
חותמו של הקב"ה אמת

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » פרייטאג אוגוסט 07, 2015 1:49 pm

ווי אזוי קען איך אנשטעלן די default zoom ביי ווארד, אז די טעמפלעט וואס עפנט זיך, זאל זיין אלס ביי 200 גרויס.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8750
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג אוגוסט 07, 2015 2:08 pm

די שאלה קומט אין ווארד אשכולות.

דאס מאכט מען דורך אריינלייגן א מעקראו אינעם טעמפלעט, טו אזוי, עפן ווארד, דריק אלט F11 גיי אונטער Normal>Microsoft Word Objects>ThisDocument, קליק דערויף, די רעכטע זייט פעיסט אריין די מעקראו

קאוד: וועל אויס אלע

Private Sub Document_Open()
ActiveWindow.ActivePane.View.Zoom.Percentage = 200
End Sub
Private Sub Document_New()
ActiveWindow.ActivePane.View.Zoom.Percentage = 200
End Sub


סעיוו עס, פארמאך ווארד און צינד צוריק אן.

אמת לאמיתו
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 5:34 pm

תגובהדורך אמת לאמיתו » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 3:45 pm

אמת לאמיתו האט געשריבן:מיין עספלארער האט מיך אויפגעהערט צו האלטן די פעסוווארדס און Cookies

עני הילף ??
חותמו של הקב"ה אמת

אוועטאר
נישט איז נישט
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 am

פאלדער שעירינג

תגובהדורך נישט איז נישט » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:51 am

קען מען שעירן א פייל/פאלדער מיט אן אנדערן קאמפיוטער אויף אן אנדערן נעטווארק דורך ווינדאויס אדער מ'דארף צוקומען צו אנדערע עפפס ווי דראפ באקס וכדו'?

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:58 am

מען קען עס טוהון דורך עפענען די ראוטער באט עס איז לכאורה נישט רעקאמענדעד
אויב איז עס א קביעותדיגע זאך קענסטו מאכען א ווי פי ען
וועלכע ווי פי ען ווענד זיך ווי אפט און ווי גרויסע טרעפיק דו פירסט דורך

אוועטאר
נישט איז נישט
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 am

תגובהדורך נישט איז נישט » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 10:50 am

קען מען לאקן א פייל אדער פאלדער עס זאל פארלאנגען א פעסווארד ביים עפענען?


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט