בלאט 15 פון 27

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2017 10:07 am
דורך קאמענטאטאר
נאך

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2017 10:39 am
דורך טראבל מעיקער
איך האב געזען אנליין זייער אסאך חברה מיטן זעלבע פראבלעם.

די מייקראסאפט דעוועלעפאר'ס בעטן דא אז מען זאל ניצען די פידבעק האב צו שיקן די פראבלעם.

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2017 11:07 am
דורך דניאל אויערבאך
קנאפער ידען האט געשריבן:בלייבט נאר איבער צו זאגן #בעלאוניס...

נישט דא קיין "דזשענעראל אישוס" מער ווי וואס ווינדאוס זיבן האט. ווילסט נישט נעמען דער לעצטער נעם צוויי פארדעם. סימפליסיטי איז ווינדאוס 10'ס שפיץ, בס"ה איז עס פאמיליולערעטי וואס איך גלייב אז איינער ווי דיר וועט דאס לאנג נישט נעמען.

נארמאל בינעך מיט דיר אבער איך האב 2 מאשינען איינס מיט ווינדאוס 7 און איינס מיט 10, עס איז נישט קיין ספק אז 7 איז אזויפיל גרינגער און בעסער אין פארשידענע הינזיכטען, אויב כעל האבן צייט וועל איך מרחיב בדיבןר זיין אנאנדערס מאל, אבער נאר אנצוהייבען: די סטארט מעניו, די טעסק מענעזשער (איך האב פיינט ווינדאוס 10 קאמפליצירטע אויססשטעל), טוישן וויאוס אין ווינדאוס/פייל עקספלארער (ביי 7 מוזט נישט גיין צו די VIEW TAB אויבן פאר יעדע טויש אזוי ווי ביי 10, די גאנצע איידיע פון טעבס אויבן איז סטאפיד), אין 10 קען מען נישט זעהן אונטן די אינפא דיטעילס פון יעדע פייל (למש' ביי א פיקטשער די סייז, די דעיט, די קעמרע מאדעל, אא"וו) (אפשענעל קען מען עס זעהן אויף רעכטס, אבער עס איז אזא אפקימעניש, זעה דא ווי עס שטערט פאר אסאך מענטשען), די צימישעניש צווישן קאנטראל פענעל און סעטינגס איז משוגע, און דאס איז נאר אנציהייבען, מיין ליסטע איז גאאאאר לאנג !!

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 7:48 am
דורך טראבל מעיקער
ווינדאוס 10 האלט ביים איבערשטייגן ווינדאוס 7!
http://gs.statcounter.com/os-version-ma ... /worldwide

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 8:48 am
דורך אַבּערוואַס
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:בלייבט נאר איבער צו זאגן #בעלאוניס...

נישט דא קיין "דזשענעראל אישוס" מער ווי וואס ווינדאוס זיבן האט. ווילסט נישט נעמען דער לעצטער נעם צוויי פארדעם. סימפליסיטי איז ווינדאוס 10'ס שפיץ, בס"ה איז עס פאמיליולערעטי וואס איך גלייב אז איינער ווי דיר וועט דאס לאנג נישט נעמען.

נארמאל בינעך מיט דיר אבער איך האב 2 מאשינען איינס מיט ווינדאוס 7 און איינס מיט 10, עס איז נישט קיין ספק אז 7 איז אזויפיל גרינגער און בעסער אין פארשידענע הינזיכטען, אויב כעל האבן צייט וועל איך מרחיב בדיבןר זיין אנאנדערס מאל, אבער נאר אנצוהייבען: די סטארט מעניו, די טעסק מענעזשער (איך האב פיינט ווינדאוס 10 קאמפליצירטע אויססשטעל), טוישן וויאוס אין ווינדאוס/פייל עקספלארער (ביי 7 מוזט נישט גיין צו די VIEW TAB אויבן פאר יעדע טויש אזוי ווי ביי 10, די גאנצע איידיע פון טעבס אויבן איז סטאפיד), אין 10 קען מען נישט זעהן אונטן די אינפא דיטעילס פון יעדע פייל (למש' ביי א פיקטשער די סייז, די דעיט, די קעמרע מאדעל, אא"וו) (אפשענעל קען מען עס זעהן אויף רעכטס, אבער עס איז אזא אפקימעניש, זעה דא ווי עס שטערט פאר אסאך מענטשען), די צימישעניש צווישן קאנטראל פענעל און סעטינגס איז משוגע, און דאס איז נאר אנציהייבען, מיין ליסטע איז גאאאאר לאנג !!

אקוראט! נעווער מיינד די סטארט מעניו/טעסקבאר/קארטאנע סעטטינגס אנצושטעלן, אדער די פרייוועסי סעטינג'ס וואס איז א פארזעעניש וואס רוב מענטשן ווייסן ניטאמאל דערפין (אפגערעדט אז ביי דיפאולט האבן אלע עפפס און פראגרעמס עקסעס און קאללעקטן/שיקן/נעמען אינפארמעישען פין יעדעס ריר אינגרויסן, און נאר דסיעיבלן וואס מ'קען יא, דויערט א גוטע פאר מינוט דורכצולויפן אלעס), מ'האט שוין גערעדט פין "באגס" וואס אין ווינדאוס 7 איז דאס כמעט נישט שייך כהיום, און אין ווינדאוס 10 האלט עס אין איין קומען, און דאס איז אויסערדעם וואס ווינדאוס 10 בעצם איז א העוויער פראגראם, וכו'.

און יא, איך האב אויך פאר בערך א יאר (ביז בערך א האלבע יאר צוריק) געארבעט אויף ביידע סיימאלטעיניוסלי, און איך בין אויך א שטיקל סיסטעם אדמין אויף א היבשע פאר קאמפיוטער'ס, ביניהם ווינדאוס 10 סאו ס'איז נישט אז איך ווייס נישט וואס פליט, און פארט, יעדעס מאל וואס איך דארף דיעל'ן מיט א ווינדאוס 10 איז עס מיר א שטיקל טורמויל, און כאטש כ'וועל מודה זיין אז ווינדאוס 10 האט אסאך גוטע פיטשער'ס, האלט איך אז ס'איז נישט מופרך צו ווארטן מיט די ווינדאוס 10 פאר נאך א פאר מינוט, ווי געשריבן פריער.

כמדומה לי, אז קנאפער'ס בליק אויף די זאך קומט פין די פאקט אז ער זיצט אויף אין-דעפט קאמפיוטער'ס א גאנצן טאג, און ער קען עס און פארשטייט עס אזוי גוט מיט אלע פיטשיווקעס, אז ער קען שוין נישט זען דעם 7'ער אלס א עקוויוועלענט אפציע. א שטייגער ווי מ'קוקט היינט (שוין א גוטע פאר יאר) אויף די XP באנוצער. און ס'האט א שטיקל אמת דערין היות דאס איז פאקטיש די פיוטשער ווינדאוס. אבער אוועקצומאכן בכדי אז ווינדאוס 7 איז נישט רואיגער און סימפלער, איז נישט ריכטיג.

פארפאלן! ווינדאוס 7 איז געווען אן אויסערגעווענליכע סוקסעספולע פראגראם, און ס'איז נאכנישט אינגאנצן ריפלעיסד מיט'ן 10'ער. און די פאקט אז מ'קען נאך היינט קויפן נייע קאמפיוטער'ס מיט ווינדאוס, זאגט אויך עפעס. נישט יעדע קעמערע איז א קנאק, אפי' ווען ס'איז סאך א נייערע און בעסערע מאדעל, וואס לויט די ספעקס וואלט עס געדארפט זיין סאאך בעסער, ודו"ק.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 4:14 pm
דורך וועלטניק
מיין קארטאנא באר איז מיר פארווייסט געווארן נאך א לעצטערע אפדעיט, מיר צווינגנדיג דערמיט יעדע רגע צו טראכטן אפשר יא צו נוצן בינג אלס מיין דיפאולט און צו קוקן ווי גוט קארטאנא איז וכו', איז וויל איך ווי שנעלער דאס צוריק פארטונקל גרויען, בעפאר איך קויף א גאנצע טראקלאעד מיט ווינדאויס סורפעיסן. עני העלפ?

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 4:46 pm
דורך לאנדאנער
וועלטניק האט געשריבן:מיין קארטאנא באר איז מיר פארווייסט געווארן נאך א לעצטערע אפדעיט, מיר צווינגנדיג דערמיט יעדע רגע צו טראכטן אפשר יא צו נוצן בינג אלס מיין דיפאולט און צו קוקן ווי גוט קארטאנא איז וכו', איז וויל איך ווי שנעלער דאס צוריק פארטונקל גרויען, בעפאר איך קויף א גאנצע טראקלאעד מיט ווינדאויס סורפעיסן. עני העלפ?


please explain clearly what you whats your pronlem

it can be in yiddish

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 6:09 pm
דורך קנאפער ידען
וועלטניק האט געשריבן:מיין קארטאנא באר איז מיר פארווייסט געווארן נאך א לעצטערע אפדעיט, מיר צווינגנדיג דערמיט יעדע רגע צו טראכטן אפשר יא צו נוצן בינג אלס מיין דיפאולט און צו קוקן ווי גוט קארטאנא איז וכו', איז וויל איך ווי שנעלער דאס צוריק פארטונקל גרויען, בעפאר איך קויף א גאנצע טראקלאעד מיט ווינדאויס סורפעיסן. עני העלפ?

דאס איז א דעזיין טויש אין דער Fall Creators Update ווערסיע פון ווינדאוס 10. דער סיבה דערצו איז מסתם טאקע ווי דו זאגסט.... נישטא קיין סעטטינג צו עס צוריקטוישן אבער קענסט נוצן דער ווארקעראונד דא https://www.tenforums.com/tutorials/671 ... -10-a.html

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 7:14 pm
דורך קאמענטאטאר
אדער מינימיזירן צו א אייקאן דורכן רייט קליקן אין קארטאנע און ביי די קארטאנע סעטינגס (צווייט פון אויבן) סעלעקט "show cortana icon"

קנאפער, עפעס אן השערה איבער מיין אויבערדערמאנטן פראבלעם?

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 7:22 pm
דורך קנאפער ידען
קאמענטאטאר האט געשריבן:אדער מינימיזירן צו א אייקאן דורכן רייט קליקן אין קארטאנע און ביי די קארטאנע סעטינגס (צווייט פון אויבן) סעלעקט "show cortana icon"

קנאפער, עפעס אן השערה איבער מיין אויבערדערמאנטן פראבלעם?

נישט געהאט קיין צייט צו אריינקוקן דערינען טיפער, מסתם קען מען עפעס טון, אבער איך וואלט מייעץ געווען א ריפעיר דורך אן אינפלעיס אפגרעיד (דאס איז בעסיקלי אזויווי למשל אפדעיטן דיין ווינדאוס צו א נייערע ווערסיע בעת ווען דו האסט עכט דער נייסטער.)

עס דויערט אביסל צייט צו ראנען אבער איז נישט שווער צו טון. קענסט פאלגן אנווייזונגען פון דא פונקטליך https://www.tenforums.com/tutorials/163 ... grade.html, אויב דו האסט א שאלה געב א פרעג.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 7:46 pm
דורך עין טובה
קאמענטאטאר האט געשריבן:קנאפער, עפעס אן השערה איבער מיין אויבערדערמאנטן פראבלעם?


אויב מעג איך אויף ענטפערן...

צום אלעם ערשט, מאך זיכער אז דו האסט אדמין רייטס אויף די יוזער וואס האט די פראבלעם, אז ס'האט נישט גיב עס פאר דעם און דערנאך נעם עס אראפ...

טוה דאס פאלגענדע:
  1. מאך צו אלע פראגראמען וואס דו האסט אפן.
  2. דרוק די ווינדאוס קנעפל אינאיינעם מיט X
  3. עפן די admin command prompt
  4. אין די קאמענד פראמפט פענסטער לייג אריין די קאוד דא אונטן, יעדע שורה פאר זוך, און דרוק ענטער דערנאך.
    ביי די לעצטע שורה וועט דיין קאמפיוטער זיך ריסטארטן
  5. לאז וויסן


קאוד: וועל אויס אלע

taskkill /IM explorer.exe /F 

CD %localappdata%

 DEL /A /Q  IconCache.db

 DEL /A /F /Q "\Microsoft\Windows\Explorer\iconcache*"

 shutdown /r /f /t 00

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 7:50 pm
דורך וועלטניק
א דאנק קנאפער, עמיר עס פרובירן.
קאמענטאטאר דאס וואס דו זאגסט וועגן די אייקאן איז א גוטע עצה, איך האב עס גראדע געהאט אזוי אמאל פאר א שטיק צייט, איך קען אבער יא באשטיין צו האבן די סוירטש באר

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 11:12 pm
דורך ערליכע בחור
זייער גוטע סטארט מעניו פאר ווינדאוס 10 אוועיליבל צו דאונלאונדן פון classicshell.net עס איז ממש ווי די ווינדאוס 7 סטארט מעניו און מען קען אייביג עפענען די צענער סטארט מעניו פונקט ווי עני אנדערע עפפ אויף די סטארט מעניו.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 11:14 pm
דורך עין טובה
איך וואלט עס נישט גענוצט.

#נישט שפילן מיט סיסטעם עסענטשעלס

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 11:18 pm
דורך וועלטניק
ריכטיג, מילא ביי ווינדאויס 8 האט מען דאך נישט געהאט קיין ברירה אבער ביי 10 איז די זאך מער ווייניגער מסודר, צו וואס פעלט דאס אויס? די אלע שארטקאטס ביים רעכטן זייט דא האסטו מילא ביים רייט קליקן אויפן ווינדאויס אייקאן

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 4:38 am
דורך יאפין
וואו אויך מאכט עס אביסעל שטייט די קאמפיוטער, עכ"פ זיכער ביים אנצונדען דעם קאמפיוטער.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 8:55 am
דורך קאמענטאטאר
קנאפער ידען האט געשריבן:
קאמענטאטאר האט געשריבן:אדער מינימיזירן צו א אייקאן דורכן רייט קליקן אין קארטאנע און ביי די קארטאנע סעטינגס (צווייט פון אויבן) סעלעקט "show cortana icon"

קנאפער, עפעס אן השערה איבער מיין אויבערדערמאנטן פראבלעם?

נישט געהאט קיין צייט צו אריינקוקן דערינען טיפער, מסתם קען מען עפעס טון, אבער איך וואלט מייעץ געווען א ריפעיר דורך אן אינפלעיס אפגרעיד (דאס איז בעסיקלי אזויווי למשל אפדעיטן דיין ווינדאוס צו א נייערע ווערסיע בעת ווען דו האסט עכט דער נייסטער.)

עס דויערט אביסל צייט צו ראנען אבער איז נישט שווער צו טון. קענסט פאלגן אנווייזונגען פון דא פונקטליך https://www.tenforums.com/tutorials/163 ... grade.html, אויב דו האסט א שאלה געב א פרעג.


ייש"כ וועל מיר דאס פרובירן, וויכטיג צו צולייגן אז דער פראבלעם איז נאר ביי א ספעציפישן דאמעין באנוצער אויף דעם פי סי, אין דעם זעלבן מאשין ווען איך לאג אריין מיט א צווייטן נאמען איז אלס ווי עס ברויך צו זיין.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 8:56 am
דורך עין טובה
קענסט דאס טוהן... אבער דאס וואס איך האב געשריבן מעקט פשוט אויס די אייקאן דב וואס איז פיל שנעלער צו טוהן

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 8:57 am
דורך קאמענטאטאר
עין טובה האט געשריבן:
קאמענטאטאר האט געשריבן:קנאפער, עפעס אן השערה איבער מיין אויבערדערמאנטן פראבלעם?


אויב מעג איך אויף ענטפערן...

צום אלעם ערשט, מאך זיכער אז דו האסט אדמין רייטס אויף די יוזער וואס האט די פראבלעם, אז ס'האט נישט גיב עס פאר דעם און דערנאך נעם עס אראפ...

טוה דאס פאלגענדע:
  1. מאך צו אלע פראגראמען וואס דו האסט אפן.
  2. דרוק די ווינדאוס קנעפל אינאיינעם מיט X
  3. עפן די admin command prompt
  4. אין די קאמענד פראמפט פענסטער לייג אריין די קאוד דא אונטן, יעדע שורה פאר זוך, און דרוק ענטער דערנאך.
    ביי די לעצטע שורה וועט דיין קאמפיוטער זיך ריסטארטן
  5. לאז וויסן


קאוד: וועל אויס אלע

taskkill /IM explorer.exe /F 

CD %localappdata%

 DEL /A /Q  IconCache.db

 DEL /A /F /Q "\Microsoft\Windows\Explorer\iconcache*"

 shutdown /r /f /t 00


ייש"כ גוט אויג!

האב מיר דאס פרובירט אבער דערווייל נישט געקריגן די געוואונטשענע רעזולטאטן.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 8:58 am
דורך עין טובה
דו זאגסט אז ס'איז א דאמעין אקאונט, יענע אקאונט מיט די פראבלעם האט אדמין רייטס פאר זוך?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 12:45 pm
דורך קאמענטאטאר
עין טובה האט געשריבן:דו זאגסט אז ס'איז א דאמעין אקאונט, יענע אקאונט מיט די פראבלעם האט אדמין רייטס פאר זוך?


יא

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 1:57 pm
דורך עין טובה
דו האסט עני פאליסיס פאר עפפ דאטא רידעירעקשן?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 4:39 pm
דורך קאמענטאטאר
עין טובה האט געשריבן:דו האסט עני פאליסיס פאר עפפ דאטא רידעירעקשן?


דאס איז שוין צו הויכשטאפלעריש פאר מיר, וואו ברויך איך דאס צו זעהן?

דאס?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 10:53 pm
דורך ערליכע בחור
יאפין האט געשריבן:וואו אויך מאכט עס אביסעל שטייט די קאמפיוטער, עכ"פ זיכער ביים אנצונדען דעם קאמפיוטער.

איך זעה נישט אז עס זאל שטייט מאכן מיין קאמפיוטער

וועלטניק האט געשריבן:ריכטיג, מילא ביי ווינדאויס 8 האט מען דאך נישט געהאט קיין ברירה אבער ביי 10 איז די זאך מער ווייניגער מסודר, צו וואס פעלט דאס אויס? די אלע שארטקאטס ביים רעכטן זייט דא האסטו מילא ביים רייט קליקן אויפן ווינדאויס אייקאן

ביי ווינדאוס 8 ארבעט עס אויך.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 11:41 pm
דורך וועלטניק
ערליכע בחור האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:ריכטיג, מילא ביי ווינדאויס 8 האט מען דאך נישט געהאט קיין ברירה אבער ביי 10 איז די זאך מער ווייניגער מסודר, צו וואס פעלט דאס אויס? די אלע שארטקאטס ביים רעכטן זייט דא האסטו מילא ביים רייט קליקן אויפן ווינדאויס אייקאן

ביי ווינדאוס 8 ארבעט עס אויך.


ארבעט עס אויך? ביטע מאך זיכער אז דו פארשטייסט א תגובה בעפאר דו ביסט מגיב דערויף..