וועלכע אנטי וויירוס זאל איך נוצן, און פארוואס?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך יולי 12, 2017 7:05 pm

צהלה ושמחה האט געשריבן:וועלכע פרייע אנטי וויירוס / אנטי מאלוואער איז יעצט די בעסטע?

"די בעסטע" איז עפעס וואס איז נישט מעגליך צו זאגן, עס זענען דא פולע סארטן טעסטס און יעדע טעסט ווייזט עפעס אנדערש. עוועסט איז נאכאלץ היבש פיין, ביטדעפענדער פרי איז אויך עפעס וואס קומט קאנסיסטענטלי ארויס זייער שטארק אין די טעסט און עס איז אויך זייער מינעמעל.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » מיטוואך יולי 12, 2017 7:07 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
צהלה ושמחה האט געשריבן:וועלכע פרייע אנטי וויירוס / אנטי מאלוואער איז יעצט די בעסטע?

"די בעסטע" איז עפעס וואס איז נישט מעגליך צו זאגן, עס זענען דא פולע סארטן טעסטס און יעדע טעסט ווייזט עפעס אנדערש. עוועסט איז נאכאלץ היבש פיין, ביטדעפענדער פרי איז אויך עפעס וואס קומט קאנסיסטענטלי ארויס זייער שטארק אין די טעסט און עס איז אויך זייער מינעמעל.

"ביטדעפענדער פרי" איז בעסער ווי קריפטאו פריווענט?
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך יולי 12, 2017 7:11 pm

צהלה ושמחה האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
צהלה ושמחה האט געשריבן:וועלכע פרייע אנטי וויירוס / אנטי מאלוואער איז יעצט די בעסטע?

"די בעסטע" איז עפעס וואס איז נישט מעגליך צו זאגן, עס זענען דא פולע סארטן טעסטס און יעדע טעסט ווייזט עפעס אנדערש. עוועסט איז נאכאלץ היבש פיין, ביטדעפענדער פרי איז אויך עפעס וואס קומט קאנסיסטענטלי ארויס זייער שטארק אין די טעסט און עס איז אויך זייער מינעמעל.

"ביטדעפענדער פרי" איז בעסער ווי קריפטאו פריווענט?

קריפטאו פריווענט איז נישט קיין אנטי וויירוס, עס ארבעט נאר דייקא אנקעגן רענסאמווער סארט וויירוסן. סאו דער ענפער צו דיין שאלה איז 1) יא 2) זאלסט נוצן אן אנטי וויירוס און מיט דעם אויך קריפטאו פריווענט.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » מיטוואך יולי 12, 2017 7:18 pm

איך בין א טראפ קאנפיוזד פון דיין ענטפער, וואס איז א בעסערע אויסוואל

1} ביטדעפענדער פרי

2} עוועסט אינאיינעם מיט קריפטא פריווענט

3} ביטדעפענדער פרי אינאיינעם מיט עוועוסט

אנטשולדיגט פאר מיין שוואכע קאפ, מיינע רביס האבן מיר נאכגעשלאגען פאר די פראבלעם.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך יולי 12, 2017 8:54 pm

צהלה ושמחה האט געשריבן:איך בין א טראפ קאנפיוזד פון דיין ענטפער, וואס איז א בעסערע אויסוואל

1} ביטדעפענדער פרי

2} עוועסט אינאיינעם מיט קריפטא פריווענט

3} ביטדעפענדער פרי אינאיינעם מיט עוועוסט

אנטשולדיגט פאר מיין שוואכע קאפ, מיינע רביס האבן מיר נאכגעשלאגען פאר די פראבלעם.

לאמיר טרייען צו מסביר'ן אבער לאמיר אביסל צוריקגיין קודם מיט אפאר הקדמות און דאן וועט מען צוגיין צום שיעור....

הקדמות:
  1. מען טאר נישט האבן צוויי אנטי וויירוס פראגראמען לויפן אויפן קאמפיוטער אגאנצן צייט, דאס קען מאכן שטאט דער קאמפיוטער און מאכן אסאך פראבלעמען. (עס קען קאנפליקטן און איינער וועט טרייען צו אויסלעשן דער צווייטער אדער חלקים דערפון. זיי קענען זיך שלאגן אויף א פייל ווער עס זאל עס הרג'ענען און ביידע וועלן נישט מצליח זיין אלץ קדרי דבי שותפא... און נאך)
  2. עס איז נישט מעגליך עכט עכט צו געבן א פסק וואס איז "דער בעסטער" אנטי וויירוס, זאל עס זיין פרי אדער באצאלט, יעדע אנטי וויירוס האט מעלות און חסרונות און יעדע טעסט צווישן אנטי וויירוסן ברענגט ארויס א צווייטע געוואונער. וואס מען קען יא טון איז קוקן וועלכע אנטי וויירוסן קומען קאנסיסטענטלי ארויס שטארק אין די טעסטס, אבער כמובן אז עס איז נישט דא א זיכערע געוואונער.
  3. אחוץ אן אנטי "וויירוס" איז דא נאך סארט סכנות וואס נישט אייביג איז עס געקאווערט אונטער די פשוטע נארמאלע אנטי וויירוס (נאכדעצו ביי די פרי). איין דוגמא איז "מאלווער" וואס איז מער אזאנע אומגעבעטענע זאכן וואס קענען גאר שטארק משוגע מאכן און עס איז שווער צו אנאינסטאלירן וכדו', אדער "עדווער" וואס לייגן אריין עדס אינעם קאמפיוטער אדער בראוזער, און נאך אסאך סארטן זאכן יעדער סארט איז א מערכה פאר זיך.
  4. לעצטענס - שוין אפאר יאר - אבער עס ווערט ערגער און ערגער איז זייער פארשפרייט דער "רענסאמווער" סארט וויירוס, וואס פארשפארט פיילס פון א קאמפיוטער און בעט אויסלייז געלט צו קענען האבן עקסעס צו די פיילס. דאס איז עפעס וואס רירט דער מענטש ביים קעשענע...סאו עס איז א זאך וואס מען דארף האבן עקסטערע שמירה אויב שייך.

יעצט לחזור לנינינינו...אויב וויל מען זיין אפגעהיטן מוז מען האבן א מאלטי לעיער סעקיורעטי צוגאנג.
  1. צום אלעם ערשט א בעקאפ (בעסער אנליין אבער דאס וועט קאסטן געלט אויב מען האט אסאך פיילס) פון וועלכע פייל עס איז דיר נאר וויכטיג.
  2. דאן קודם א נארמאלע אנטי וויירוס. ווינדאוס דיפענדער קומט אין די נייערע ווערסיע פון ווינדאוס, און אויב מען וויל בעסער קען מען נעמען "איינער פון די גוטע", למשל עוועסט פרי אדער ביטדעפענדער פרי (אויב מען איז וויליג צו צאלן איז אבוויעסלי די באצאלטע בעסער, ווי למשל דער באצאלטער ביטעדעפענדער אדער קאספארסקי)
  3. דאן פאר מאלווער (כאטש וואס עוועסט - למשל - וועט יא עטוואס באשיצן דערפון אבער ווייט פון גענוג) קען מען נוצן עפעס ווי דער פרייער ווערסיע פון מאלווערבייטס (דער פרייער ווערסיע לויפט נישט אגאנצן צייט צו וואטשן, מען דארף מאכן זיכער נישט צו נעמען דער טרייעל) און מאכן א סקען איינמאל א וואך אדער יעדע וויילע.
  4. ווידער איז דא געוויסע טאאלס וואס לויפן יא אייביג אבער זיי טוען נאר טארגעטעד זאכן און במילא מעג עס זיין צוזאמען מיט אנדערע, סאו למשל קריפטאו פריווענט האט געוויסע ראלס און דעטעקשאן מעטאדן דייקא נאר פאר רענסאמווער, און עס איז גוט צו האבן עפעס ווי דעם צוזאמען מיט דער אנטי וויירוס זינט רענסאמווער ספעסיפיקלי איז א שרעקעדיגער זאך.
  5. און אלץ הוספה איז וויכטיג צו האבן קליינע פראטעקשענס דא און דארט. ווי 1) אן עד בלאקער אויפן בראוזער, זינט זייער אסאך מאל קומט מען אן צו וויירוסן וכדו' דורך דריקן אויף עדס. 2) א פראגראם ווי אנטשעקי וואס נעמט אראפ פון אסאך פראגראמען אומנויגע אפפערס און טשעק מארקס וואס עגריען צו זאכן וואס מען וויל נישט עכט. און נאך וואס איך געדענק נישט יעצט...קוקט ביי דער "וויאזוי זיך אפצוהיטן פון די אלע חברה אפטיילונג" פון our very own מומחה עצום'ס גייד וויאזוי צו פארעכטן אייער קאמפיוטער

יותר ממה שחטפת כתוב כאן און נאך אסאך איז אמאל געווען אין מיין קאפ אבער עס איז יעצט נישט אריינגעקומען בשעת'ן שרייבן....איך האף עס איז גענוג קלאר און נישט צו לאנג און אויב עס זאל איינעם העלפן יהא זה שכרי!

וויאזוי שרייבט נאר עין'דעל?...
קנאפער ידען, היער עט מיי דעסק אין די אייוועלט מארס קאלאני, פאר אייוועלט טעק
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך יולי 12, 2017 9:01 pm

צהלה ושמחה האט געשריבן:איך בין א טראפ קאנפיוזד פון דיין ענטפער, וואס איז א בעסערע אויסוואל

1} ביטדעפענדער פרי

2} עוועסט אינאיינעם מיט קריפטא פריווענט

3} ביטדעפענדער פרי אינאיינעם מיט עוועוסט

אנטשולדיגט פאר מיין שוואכע קאפ, מיינע רביס האבן מיר נאכגעשלאגען פאר די פראבלעם.

אויב איך מעג זיין א מורה הלכה בפני רבו ר' קנאפער...

לכתחילה זאלסטו נוצן עוועסט אינאיינעם מיט קריפטא פריווענט.

און אלץ צווייטער אויסוואל, ביטפענדער (פרייע ווערסיע) צוזאמען מיט קריפטא פריווענט.

ווען דו אינסטאלסט אבער עוועסט, מאך זיכער צו אראפנעמן די טשעק מארקס פון אלע אפציעס אחוץ פון פייל שיעלד.

ד.ה. אז ער זאל נישט אינסטאלירן קיין איינע פון די אלע איבעריגע זאכן וואס ער גיבט דיר אן, ווייל עס פעלט נישט אויס צו האבן, חוץ פון פייל שיעלד וואס דאס איז יא וויכטיג.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1814
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך יולי 12, 2017 9:22 pm

פאר די וואס האבן משומר פילטער איז וועלכע פראגראם די בעסטע?

און וואס איז דער דין ביי ווינדאוס 10?
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך יולי 12, 2017 9:24 pm

טענקס קנאפער! הערליך שיין, מיט נומער איין (איך רעד נישט פון די הקדמה...) איז גאר גאר וויכטיג און מ'דארף עס האלטן אין איין חזר'ן! איך וואלט צוגעלייגט נומער 6 און 7 אויך:
6. בעקאפ
7. בעקאפ
8. בעקאפ

קנאפער ידען האט געשריבן:וויאזוי שרייבט נאר עין'דעל?

:wink:
...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך יולי 12, 2017 9:38 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:אויב איך מעג זיין א מורה הלכה בפני רבו ר' קנאפער...

לכתחילה זאלסטו נוצן עוועסט אינאיינעם מיט קריפטא פריווענט.

און אלץ צווייטער אויסוואל, ביטפענדער (פרייע ווערסיע) צוזאמען מיט קריפטא פריווענט.

ווען דו אינסטאלסט אבער עוועסט, מאך זיכער צו אראפנעמן די טשעק מארקס פון אלע אפציעס אחוץ פון פייל שיעלד.

ד.ה. אז ער זאל נישט אינסטאלירן קיין איינע פון די אלע איבעריגע זאכן וואס ער גיבט דיר אן, ווייל עס פעלט נישט אויס צו האבן, חוץ פון פייל שיעלד וואס דאס איז יא וויכטיג.

מעגסט זיין, און מעגסט זיין א מחכים את רבו אויך... :wink:

נישט אזוי זיכער עכט אז עוועסט איז בעסער ווי ביטדעפענדער פרי, ווי געזאגט האב איך נישט קיין ענדגילטיגער באשלוס דערויף און איך גלייב שווער אז דו האסט עס יא גענוג דורכגעטון צו פסק'ענען. אין דער לעצטער שטיקל צייט איז ביטדעפענדער אריינגעקומען שטארק ווידעראום מיט עוועסט איז געווען אסאך פראבלעמען פון פאלשע דעטעקשאנס און פראבלעמען (זיי האבן אפגעקויפט AVG און נוצן זאכן פון AVG, און AVG איז אייביג געווען אביסל צו אגרעסיוו אין געוויסע זאכן) משא"כ ביטעפענדער איז זייער נישט אינטראסיוו און איז נישט שווער אויפן סיסטעם.

איך מיין גראדע נישט אז מען זאל אראפנעמען אלע טשעקס (מומחה האלט אזוי, און עס קען זיין ער איז גערעכט). סאפטווער אפדעיטער איז א פיינע זאך, וועב שיעלד (אויב עס מאכט נישט פראבלעמען פאר דיין סעטאפ) איז גוט, און זייער נייער ביהעיוועיר שיעלד איז אויך א גוטע זאך פאר נייע וויירוסן וואס זיי ווייסן נאכנישט דער וויירוס ספעציפיש.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך יולי 12, 2017 9:41 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:פאר די וואס האבן משומר פילטער איז וועלכע פראגראם די בעסטע?

און וואס איז דער דין ביי ווינדאוס 10?

ווינדאוס 10 איז דער זעלבער ווי אנדערע, נאר פשוט אפילו דו האסט גארנישט ביסטו נישט אזוי בעד ווייל ווינדאוס דיפענדער איז דארט אטאמאטיש.

ביטדעפענדער מיינעך איז גוט מיט משומר. נאך אן אפציע איז פאנדא פרי (אבער דאס איז נאר גוט פאר איינער וואס איז מחובר רעגיולערלי צום אינטערנעט ווייל אסאך פון זיין שטארקייט ליגט אין קלאוד.)
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מיטוואך יולי 12, 2017 9:44 pm

קנאפער יישר כח. אזוי קלאר.

איך גלייב דו האסט מיט דעם הקדמה געשפארט פאר יודן (און פאר קנאפער ידען אליין!) הונדערטע שעות פון ארבעט.

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך יולי 12, 2017 10:43 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:קנאפער יישר כח. אזוי קלאר.

איך גלייב דו האסט מיט דעם הקדמה געשפארט פאר יודן (און פאר קנאפער ידען אליין!) הונדערטע שעות פון ארבעט.

און בלי גוזמא טויזנטער דאלארן.

איך ווייס פון א קאמפאני וואס האט נישט געהאט קיין ריכטיגע בעקאפ און עס האט זיי געקאסט גאר אסאך פון די גרינע צו צוריקהאבן זייערע פיילס.

אבער ס'איז נישט דווקא קאמפאני'ס וואס דארפן א בעקאפ, פריוואטע מענטשן קענען אויך נוצן א בעקאפ, ווי למשל פאר זייערע פיקטשערס וכדו'.

דרך אגב איז גוט צו וויסן פאר איינער וואס דארף אנליין סטארעזש, אז אויב האט מען א באצאלטע סובסקריפשען פון Office 365 קומט עס מיט א גאנצע טערעבייט פון OneDrive סטארעזש.
(One Drive איז אזוי ווי דראפבאקס)

זאת ועוד, אז מען קען עס מיטטיילן מיט נאך 4 מענטשן בחינם, וואס יעדער פון זיי באקומען נאך א באזונדערן טערעבייט פאר אומזיסט, און די פראצעדור פון עס שעירן איז זייער סימפל, מען דארף פלעין אריינלייגן דעם חבר'ס אימעיל אדרעס און ער באקומט עס אויטאמאטיש.

(זייער אסאך מענטשן האבן באצאלטע אפיס 365, ווייל עס קומט מיט ווען מען קויפט מייקראסאפט אפיס ,ווארד, עקסעל, ע"כ פרעגט אייך נאך ביי א חבר אדער משפחה ווער עס האט)

באגלייבט
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2015 12:10 am

תגובהדורך באגלייבט » מיטוואך יולי 12, 2017 11:31 pm

אונז אין ארבעט ניצן ״סעמענטעק״ באצאלטע. איז גוט?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך יולי 12, 2017 11:56 pm

באגלייבט האט געשריבן:אונז אין ארבעט ניצן ״סעמענטעק״ באצאלטע. איז גוט?

יא עס איז פון די גוטע, כאטש קאספארסקי מיט ביטדעפענדער הייסן אפשר אביסל בעסער.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

באגלייבט
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2015 12:10 am

תגובהדורך באגלייבט » דאנארשטאג יולי 13, 2017 12:18 am

יישר כח

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » דאנארשטאג יולי 13, 2017 11:21 am

יישר כוח קנאפער {גרויסער} ידען!
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » דאנארשטאג יולי 13, 2017 11:30 am

קנאפער ידען האט געשריבן: מען טאר נישט האבן צוויי אנטי וויירוס פראגראמען לויפן אויפן קאמפיוטער אגאנצן צייט, דאס קען מאכן שטאט דער קאמפיוטער און מאכן אסאך פראבלעמען. (עס קען קאנפליקטן און איינער וועט טרייען צו אויסלעשן דער צווייטער אדער חלקים דערפון. זיי קענען זיך שלאגן אויף א פייל ווער עס זאל עס הרג'ענען און ביידע וועלן נישט מצליח זיין אלץ קדרי דבי שותפא... און נאך)

האמיר געלייגט עוועסט מיט קריפטא דיפענדער, דארף איך יעצט ערגעץ אויפזוכען אויסצוולעשן ווינדאוס דיפענדער כדי נישט צו האבן צוויי אקטיוו אנטי וויירוס פראגראמען?
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דאנארשטאג יולי 13, 2017 11:33 am

צהלה ושמחה האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן: מען טאר נישט האבן צוויי אנטי וויירוס פראגראמען לויפן אויפן קאמפיוטער אגאנצן צייט, דאס קען מאכן שטאט דער קאמפיוטער און מאכן אסאך פראבלעמען. (עס קען קאנפליקטן און איינער וועט טרייען צו אויסלעשן דער צווייטער אדער חלקים דערפון. זיי קענען זיך שלאגן אויף א פייל ווער עס זאל עס הרג'ענען און ביידע וועלן נישט מצליח זיין אלץ קדרי דבי שותפא... און נאך)

האמיר געלייגט עוועסט מיט קריפטא דיפענדער, דארף איך יעצט ערגעץ אויפזוכען אויסצוולעשן ווינדאוס דיפענדער כדי נישט צו האבן צוויי אקטיוו אנטי וויירוס פראגראמען?

יא

עפען אויף Windows Defender און קליק אויף Turn Off אז ער זאל נישט ארבעטן אקטיוו, דארפסט עס אבער נישט אנאינסטאלען.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג יולי 13, 2017 6:54 pm

צהלה ושמחה האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן: מען טאר נישט האבן צוויי אנטי וויירוס פראגראמען לויפן אויפן קאמפיוטער אגאנצן צייט, דאס קען מאכן שטאט דער קאמפיוטער און מאכן אסאך פראבלעמען. (עס קען קאנפליקטן און איינער וועט טרייען צו אויסלעשן דער צווייטער אדער חלקים דערפון. זיי קענען זיך שלאגן אויף א פייל ווער עס זאל עס הרג'ענען און ביידע וועלן נישט מצליח זיין אלץ קדרי דבי שותפא... און נאך)

האמיר געלייגט עוועסט מיט קריפטא דיפענדער, דארף איך יעצט ערגעץ אויפזוכען אויסצוולעשן ווינדאוס דיפענדער כדי נישט צו האבן צוויי אקטיוו אנטי וויירוס פראגראמען?

עס לעשט זיך (נארמאל) אליינס אויס און וועט שרייבן אז דו האסט א צווייטע אנטי וויירוס. פאר נאך א לעיער קענסטו אנצינדן (אויב עס איז נאכנישט) אין ווינדאוס דיפענדער 'פעריאדיק סקענינג' וואס ארבעט נישט אגאנצן צייט נאר קוקט יעדע שטיק צייט איבער דיין סיסטעם.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » פרייטאג יולי 14, 2017 12:38 am

צהלה ושמחה האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן: מען טאר נישט האבן צוויי אנטי וויירוס פראגראמען לויפן אויפן קאמפיוטער אגאנצן צייט, דאס קען מאכן שטאט דער קאמפיוטער און מאכן אסאך פראבלעמען. (עס קען קאנפליקטן און איינער וועט טרייען צו אויסלעשן דער צווייטער אדער חלקים דערפון. זיי קענען זיך שלאגן אויף א פייל ווער עס זאל עס הרג'ענען און ביידע וועלן נישט מצליח זיין אלץ קדרי דבי שותפא... און נאך)

האמיר געלייגט עוועסט מיט קריפטא דיפענדער, דארף איך יעצט ערגעץ אויפזוכען אויסצוולעשן ווינדאוס דיפענדער כדי נישט צו האבן צוויי אקטיוו אנטי וויירוס פראגראמען?

מאך זיכער אז עוועסט איז קאמפעטיבל מיט דיין פילטער און וועט נישט מאכן קיין פראבלעמען.

אויב מאכט עס פראבלעמען דעמאלס דארפסטו אריין לייגן די פילטער פאלדער און אי.עקס.אי פייל אין די עקסעפשענס פון עוועסט.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג יולי 14, 2017 1:39 pm

יאפין האט געשריבן:

דער פראבלעם ווערט אבער ווען (ביי ליווינדזשענט האב איך עס געזען) 1) מען קען נישט טרעפן דער פילטער פאלדער נאר מען מוז עס וויסן מידיעה זינט זיי פארשטעקן דער פאלדער 2) דער אי עקס אי טוישט נאמען יעדע חמישי ושלישי.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

קאספארסקי פרי אנטי וויירוס

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך יולי 26, 2017 12:43 am

אין א פריידיגע מעלדונג האט דער קאספארסקי אנטי וויירוס פירמע געמאלדן היינט אז לכבוד זייער 20'סטער יארצייט געבן זיי פאר לחיים ארויס א פרייע ווערסיע פון זייער אנטי וויירוס פראדוקט.

אסאך אנטי וויירוס קאמפאניס לויפן אויף א freemium מאדעל, דאס הייסט אז זיי האבן א פרייע ווערסיע מיט דער בעיסיק אנטי וויירוס, און דאן פאר געלט געבן זיי דיר מער פראטעקשען און זייטיגע פיטשיווקעס. אזוי ארום בלייב מיר איבער מיט גאנץ פיינע זאכן פון גוטע קאמפאניס אפילו מען האלט נישט ביים צאלן.

קאספארסקי איז שוין פאר יארן לאנג אין טאפ אוו די ליין אין רוב אנטי וויירוס טעסטן וואס ווערן געמאכט. אבער ביז היינט האבן זיי נאר געהאט אפציעס פאר גוט געצאלט (כאטש עס איז געווען יעדע שטיק צייט צו באקומען פאר כמעט בחינם נאך ריבעיטס). היינט האבן זיי געמאלדן אז זיי קומען ארויס מיט א פרייע בעיס פראדוקט.

דער לינק צו דעם איז https://www.kaspersky.com/free-antivirus אבער עס ארבעט נאכנישט ביי יעדעם, סאו ווער עס וויל עס און עס קומט נישט ארויף ביי אים דער פרי אפציע קען עס נעמען פון דער דירעקטער לינק דא https://products.s.kaspersky-labs.com/e ... _12579.exe
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך יולי 26, 2017 5:08 pm

release dates
Pasted-image-at-2017_07_26-11_51-AM.png
Pasted-image-at-2017_07_26-11_51-AM.png (484.87 KiB) געזעהן 2008 מאל
...

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מיטוואך יולי 26, 2017 10:07 pm

וועל איך מוזן ווארטן ביז אקטאבער
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 639
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג יולי 27, 2017 1:20 pm

דאס בלייבט free פאר אייביג אדער נאר פאר איין יאר ??

צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט