בשבילי נברא האט געשריבן:אויב איך מעג זיין א מורה הלכה בפני רבו ר' קנאפער...
לכתחילה זאלסטו נוצן עוועסט אינאיינעם מיט קריפטא פריווענט.
און אלץ צווייטער אויסוואל, ביטפענדער (פרייע ווערסיע) צוזאמען מיט קריפטא פריווענט.
ווען דו אינסטאלסט אבער עוועסט, מאך זיכער צו אראפנעמן די טשעק מארקס פון אלע אפציעס אחוץ פון פייל שיעלד.
ד.ה. אז ער זאל נישט אינסטאלירן קיין איינע פון די אלע איבעריגע זאכן וואס ער גיבט דיר אן, ווייל עס פעלט נישט אויס צו האבן, חוץ פון פייל שיעלד וואס דאס איז יא וויכטיג.
מעגסט זיין, און מעגסט זיין א מחכים את רבו אויך...
נישט אזוי זיכער עכט אז עוועסט איז בעסער ווי ביטדעפענדער פרי, ווי געזאגט האב איך נישט קיין ענדגילטיגער באשלוס דערויף און איך גלייב שווער אז דו האסט עס יא גענוג דורכגעטון צו פסק'ענען. אין דער לעצטער שטיקל צייט איז ביטדעפענדער אריינגעקומען שטארק ווידעראום מיט עוועסט איז געווען אסאך פראבלעמען פון פאלשע דעטעקשאנס און פראבלעמען (זיי האבן אפגעקויפט AVG און נוצן זאכן פון AVG, און AVG איז אייביג געווען אביסל צו אגרעסיוו אין געוויסע זאכן) משא"כ ביטעפענדער איז זייער נישט אינטראסיוו און איז נישט שווער אויפן סיסטעם.
איך מיין גראדע נישט אז מען זאל אראפנעמען אלע טשעקס (מומחה האלט אזוי, און עס קען זיין ער איז גערעכט). סאפטווער אפדעיטער איז א פיינע זאך, וועב שיעלד (אויב עס מאכט נישט פראבלעמען פאר דיין סעטאפ) איז גוט, און זייער נייער ביהעיוועיר שיעלד איז אויך א גוטע זאך פאר נייע וויירוסן וואס זיי ווייסן נאכנישט דער וויירוס ספעציפיש.