קאמפיוטער וויירוס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3728
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג פאברואר 02, 2015 3:07 pm

איך וואלט געזאגט אז היות די לינק איז נישט דורך, איז פשט אז בכדי די וויירוס זאל זיך אריינעסן האט עס געמוזט גיין דורך די לינק, און דו האסט נישט פון וואס צו זיין באזארגט.

הבא לטהר....
...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג פאברואר 02, 2015 3:19 pm

פישל האט געשריבן:מיינס א ידיד (נישט ממש ער נאר א העקער וואס האט געהעקט זיין אימעיל) האט מיר געשיקט א אימעיל מיט א לינק וואס האט געברויכט אינסטאלירן א וויירוס ביי מיר אין קאמפיוטער, אבער היות כ'האב אינסטאלירט דעם k9 פילטער ממילא האבן זיי אויפגעכאפט אז דער לינק טויג נישט און זיי האבן מיך נישט אריינגעלאזט אהין. מיין שאלה איז צי יעצט ווען איך ווייס אז דאס איז געווען א וויירוס דארף איך זיין באזארגט אז איך האב בכלל געעפנט דעם אימעיל, צי דאס אז דער לינק איז געווען געבלאקט מיינט אז איך בין געווארן אפגעשוינט דערפון?

ווארשיינדליך אויב איז עס נאר געווען א לינק און דער לינק איז נישט דורך איז גארנישט געשען, אויב איז אבער געווען אין יענע אימעיל אויכעט אן עטעטשמענט וכדו' דאן איז צרות.
אבער עס שאדט קיינמאל נישט צו מאכן א פולער אנטי-וויירוס סקען דזשאסט אין קעיס.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » דינסטאג דעצמבער 01, 2015 7:44 pm

וואס איז גוטער איינמאליגע וויירוס און מאלווער קליענער פאר ווינדאוס 10?

יישר כח
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג דעצמבער 01, 2015 8:54 pm

בנימין הלוי האט געשריבן:וואס איז גוטער איינמאליגע וויירוס און מאלווער קליענער פאר ווינדאוס 10?

יישר כח

מומחה עצום דא האט געשריבן:בעצם ווענדט זיך וועלכע סארט וויירוס איר האט, און לויט דעם דארף מען ארבעטן עס אויסצוקלינען, עס איז נישט דא איין וועג וואס ארבעט, מען דארף אלעס פרובירן.

מומחה איז טאטעלי גערעכט, אויב ווייסטו אז דו האסט א וויירוס דאן דארף דאס א נארמאלע באהאנדלונג און עס איז נישטא קיין קלינער וואס וועט אלעס מסדר זיין אליין!

עטוואס (כאטש צומאל ווען מען טוט אזוי ווילד און מען נוצט אלע טאאלס קענען זאכן צעבראכן ווערן, און אויכעט נישט געקלינט ווערן) קענסטו טון דורך פאלאוען מומחה'ס גייד וויאזוי "אליין" צו פארעכטן אייער קאמפיוטער.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5858
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג מאי 24, 2016 8:15 am

שוין די צווייטע מאל אין די זעלבע 24 שעה וואס מיין קאמפיוטער געבט זיך א לעש אויס (שוין געהאט איינמאל אויך א פאר וואכן צוריק די זעלבע זאך), נאכן זיך צוריק אנצינדן קומט ארויף א מעסעזש אז דער פראבלעם הייסט 'בלו סקרין'
איז דאס א וויירוס, וואס קען מען טון דאס צו פריווענטן?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מיטוואך יוני 15, 2016 11:40 am

יא, אפילו איך בין נישט אויסגעהיטן געווארן...

היינט צופרי עפענענדיג מיין רעלאטיוו נייע לעפ טאפ האב איך גלייך געזעהן אז "סאמטינג איז פישי", די סוירדש פענסטערך פון ווינדאו'ס האט זיך יעדע האלבע מינוט געעפנט, און וואס א מינוט שפעטער איז דאס נאר געווארן אפטער, יעדע סקונדע האט עס אריינגעהאקט אין קאפ אריין. נאכדעם האט די קאמפיוטער אנגעהויבן זיך "זומען אויף ריזיג און אויף פיצי שפרינגענדיג אהין און צוריק, די דעסקטאפ זאכן זענען געווארן גרויס און קליין און פיצי, די וועב פעידש האט זיך געזומ'ט ארויף און אראפ. בקיצור, אלעס איז געגאנגען כאדאראם...

איך האב פרובירט צו מאכן א סקען מיט AVG שבער נאך בערך זיבן מינוט האט מיין נערוון געפלאצ'ט זעענדיג אז ער טרעפט גארנישט און ער גייט שטייט ווי א רעטעך, האב איך ריסטארטעד די קאמפיוטער, ווען עס האט זיך צוריק אנגעצינדן האט זיך פאר א רגע באוויזן א שרעקעדיגע שווארצע ווינדאו מיט קאודס און זיך גלייך דערנאך פארמאכט. דערווייל איז אלעס צוריק גוט, איך וויל אבער וויסן אויב איינער ווייסט וואס דאס קען זיין.

ייש"כ פון פאראויס.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג יוני 16, 2016 10:19 pm

יישר כח מומחה עצום פארן העלפן באישי, תשחח"ל.

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » דאנארשטאג יוני 16, 2016 10:22 pm

מה פתאום??? האט געשריבן:יישר כח מומחה עצום פארן העלפן באישי, תשחח"ל.

וואס איז געווען די פראבלעם? און וואס איז געווען די הילף?
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג יוני 16, 2016 10:29 pm

מומחה עצום האט געשריבן:מקאן נישט וויסן, אמאל א גליטש אדער וואס

ניש אייביג איז עס א וויירוס, אבער ווי געזאגט, א ריסעט איז די בעסטע אפציע (נאכדערצו ווען ס'איז ניי)

תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

תגובהדורך תורה לערנער » דאנארשטאג יוני 16, 2016 11:25 pm

מה פתאום??? האט געשריבן:יישר כח מומחה עצום פארן העלפן באישי, תשחח"ל.

זאג אים אונז בענק מיר זיך..

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג יוני 16, 2016 11:27 pm

שוין געזאגט...

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3728
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג נובעמבער 14, 2016 10:08 am

איך ווער שוין משוגע...
פלוצים געט זיך מיין -דיפאלט- בראוזער אזא עפן אויף אין אט שטיי איך ביי insightcdn.online אזא מין adware.
איך האב שוין געסקענט מיין קומפיוטער מיט עטליכע אנטי וויירוס\אנטי מעלווער אבער ס'האט געהאלפן א מכה...
ענדליך האב איך שוין געמיינט אז איך בין שוין פטור געווארן דערפון, אבער ס'געשעהט אזוי רענדאמלי...
זוכנדיג אויף גוגל ווער איך גאר געוואר אז די אנטי וויירוס'ס וועלן עס ניטאמאל אייביג פלעגן צוליב דעם וואס טעכניש איז עס נישט קיין וויירוס, ס'איז adware...
אין קונטרול פענעל זעה איך נישט קיין שום פראגראם וואס ס'קען זיין.
אויב איינער האט שוין אמאל געהאט דעם פראבלעם, ביטע לאזט וויסן וויאזוי איר האט זיך אן עצה געגעבן. א דאנק.

תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

תגובהדורך תורה לערנער » מאנטאג נובעמבער 14, 2016 11:17 am

try to use malwarebytes it has a reputation of cleaning adware very good

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3728
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג נובעמבער 14, 2016 11:40 am

שוין גענוצט מעלווער בייטס...

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3728
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 4:01 pm

אפדעיט:
נאכן נוצן עטליכע אנטי וויירוסן פול סקען בין איך ב"ה פטור דערפון.
איך ווייס נישט וועלכע ס'האט עס געקלינט, היות ס'איז נאר געווען רענדאם פאפ אפס

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3728
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

נייע וויירוס דורך ענדרויד עפפס

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 2:30 pm

א קורצע הקדמה.
וואס איז א DNS?
א יעדע כלי וואס איז מחובר צו די אינטערנעט האט אן אדרעס וואס דינט ווי א טעלעפאן נומער. ווען דו האסט דעם ריכטיגן אדרעס קענסטו אנקומען צו יענע וועבזייטל.
איי וועסטו פרעגן, וויאזוי קום איך אן צו אייוועלט ווען איך לייג אריין אייוועלט דאט קאם? דאס איז דאך נישט קיין אדרעס?
דא קומט אריין די ענ עס. די ענ עס איז די וועג וויאזוי די קאמפיוטער טייטשט איבער די דאמעין נאמען (אייוועלט דאט קאם) צו די אייפי אדרעס. אן קיין די ענ עס קען מען זיך נישט דרייען אויפן געוועב (כאפ מיר נישט ביין ווארט...).

דער די ענ עס סארווער האט א גאנצע ליסטע מיט יעדעמס נאמען וואס זייער אדרעס איז.

אין דיין ראוטער (די כלי וואס פארבינדט דיין קאמפיוטער צו די אינטערנעט) איז אנגעשטעלט וועלכע אייפי אדרעס ער זאל נוצן פאר די די ענ עס. (ס'איז דא פילע פירמעס פארדעם)

אפשר א צווייטע מאל וועט מען מער מאריך זיין דערין, אבער פאר יעצט וועלן מיר עס לאזן אזוי.

---
וואס איז יעצט געשען דערמיט...?

העקערס האבן געטראפן א נייע העק... נעמליך, ווען דו דאונלאודסט געוויסע עפפס אויף דיין ענדרויד וועט ער זיך א לאז טאן צו דיין ווייפיי ראוטער און ער וועט טוישן די די ענ עס סערווער צו פוינטן צו זייערע סערווערס... דארט נעמען זיי שוין קער פון דיר...

איינמאל ער איז מסדר די ראוטער טוט עס אפעקטירן סיי וואספארא כלי איז מחובר דערצו.

די העק איז אנטפלעקט געווארן דורך די רוסיש באזירטע קעספערסקי אנטי ווירוס לעב, און נעכטן האבן זיי עס אנאנסירט פאר די פובליק.

דאס איז נאכאמאל א דערמאנונג נישט צו דאונלאודן קיין עפפס א חוץ אויב דאס קומט פון א פארלעסליכע קוואל, א שטייגער ווי גוגל פלעי סטאר.
לעצט פאראכטן דורך עין טובה אום דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 3:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 2:36 pm

עין טובה האט געשריבן:
דאס איז נאכאמאל א דערמאנונג נישט צו דאונלאודן קיין עפפס א חוץ אויב דאס קומט פון א פארלעסליכע קוואל, א שטייגער ווי גוגל פלעי סטאר.

דאס איז נאכאמאל א דערמאנונג נישט צו קויפן ענדרויד זינט זי קומט נישט צו צו עפל ווען עס קומט צו פארזיכערטע עפפס 8.)

יישר כח עין!

תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

תגובהדורך תורה לערנער » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 2:47 pm

פארשטייעך נישט וויזוי ער קען טוישן דנס סעטינגס אן האבן די פעסווארד..

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3728
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 2:56 pm

פארגעסן צו לייגן דעם דעטאל....
ער האט א ליסטע פון דיפאלט פעסווארד ליסט. בעיקר די וואס זייערע ראוטערס האבן די דיפאלט פעסווארדס זענען געווארן אפעקטירט.
זעה דא

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 3:16 pm

גאנץ שרעקעדיג ווייל אפילו דו האסט נישט דעם עפפ, אבער אויב א צווייטער אויף די נעטווארק האט עס ביזטו אויף צרות... שוין טוישן דעם ראוטער פעסווארד!

הבוחר בטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 3:53 pm

בינעך נישט דער גרויסער עקספערט אבער דורכליינענדיג דעם צוגעלינקטע ארטיקעל פארשטיי איך אז דער פראבלעם איז נאר אויב דער קומפיוטער אבטעינט דעם ד.נ.ס. אוטומעטיקלי. איז אויב לייגט מען אריין דעם ד.נ.ס. מעניועלי למשל 8.8.8.8 וכן נהוג אצלי איז נישט קיין פראבלעם. בינעך גערעכט?

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3728
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 3:55 pm

דעמאלט איז נישט קיין פראבלעם פאר די איין קאמפיוטער...
אלע אנדערע קאמפיוטערס וואס זענען מחובר צו דעם ראוטער זענען נישט אויסגעמיטן.

אבער ווי מומחה האט געשריבן, די ראוטער פעסווארד דארף ווערן געטוישט צו א שטרענגע פעסווארד.
מ'טאר קיינמאל נישט לאזן די דיפאלט.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג אוגוסט 04, 2017 2:33 pm

PSA:

נישט אנגעקומען צו שרייבן נעכטן, אבער עס איז עכט וויכטיג! מענטשן דארפן זיין מער געווארנט! דאס אז מען איז געווען איגנארענט וועט נישט העלפן ווען עפעס געשעט....

נעכטן זאגט מיר איינער אז ער האט באקומען אן אימעיל פון זיין אקאונטענט (א היימישער אקאונטענט, איי געס אז נאך האבן עס באקומען) מיט א ווארד דאקומענט אטאשירט. האט ער געעפענט דער דאקומענט און עס האט זיך נישט געוואלט עפענען (העמיר באלד זען וואס דאס הייסט), האט ער גערופן דעם קאונטענט, זאגט אים יענער "אוי, אונזער אימעיל איז געהעקט געווארן און עפן נישט דער פייל" (ער האט עס שוין אבער געהאט געעפענט...) דאכטצעך אז דער האט מיר אפילו געזאגט אז עס איז מסתם גארנישט, ער וויל נאר זיכער מאכן.

הפנים, נאכן גוט אויסטשעקן און אויסקלינען האט זיך ארויסגעשטעלט א בילד אזוי: ער האט דאונלאודעד דער דאקומענט האט זיך עס געעפענט א בלויע פעידזש (ער האט געמיינט אז דאס איז אן ערראר אבער דאס איז געווען דער ווארד דאקומענט אפען) אויף וואס עס איז געשטאנען אז מען קען נישט זען דער צעטל ווייל איז געמאכט מיט אן אלטע ווארד ווערסיע און צו קענען זען דארף מען דריקן ענעיבל עדיטינג און ענעיבל קאנטענט (זע סקרינשיס 1 אונטן). איינמאל מען טוט דאס איז מען דערנאך....דער וויירוס אינסטאלירט זיך און טוט וואס ער דארף (דער ספעציפישער וויירוס איז געווען מיינעך איינער וואס גנב'עט קרעדענטשעלס בעיקר פון פיינענשיעל אינסטעטושענס.)

*****

יעצט אויב למעשה האמיר א שיינע ביסל לימודים און טעיקעוועיס:

1 - און גאר וויכטיג! אז עס קומט צו דיר אן אימעיל וואס דו ערווארטסט נישט און עס האט אן עטעטשמענט מיט זיך (סיי וועלכע סארט פייל), עפן עס נישט אויף! קענסט רופן יענעם אדער אימעילן און פרעגן צו ער האט דיר עפעס געשיקט.

2 - ווארד האט א זאך וואס הייסט מעקראוס, דאס איז אזויווי א גאנצע פראגראם וואס קען לויפן אלעס ארויס פון אינעווייניג א ווארד צעטל. זינט דאס קען דאך טון אלעס אויפן קאמפיוטער מאכט מייקראסאפט אז ווען מען דאונלאודט א צעטל פונעם אינטערנעט לאזן זיי נישט ארויסלויפן פון דעם קיינע מעקראוס נאר געבן א ווארענונג (זע בילד 2) מיט אן אפציע צו דריקן ענעיבל. דריקט דאס נישט!! א צעטל דאונלאודעד דארף נישט האבן מיט זיך קיין מעקראוס, און אויב עס האט און דו ווייסט נישט קלאר וואס און פארוואס דאן איז א סיבה צו פארמאכן דער גאנצער צעטל און עס פארמעקן...אבער זיכער נישט צו דריקן ענעיבל "בלויז ווייל מען קען"...

3 - לאמיר אביסל אויסקלארן דער איידענטעטי פון אנטי וויירוס פראגראמען א) "א" אנטי וויירוס איז נישט גענוג צו זיין זיכער אז מען באקומט נישט קיין וויירוסן, עס איז נאר גענוג צו זיין זיכער אז אויב מען איז גענוג אפגעהיטן באקומט מען נישט... ב) אן אנטי וויירוס (אדער וויירוס פראטעקשאן) איז נישט קיין וויירוס קלינער, צו קלינען א וויירוס דארף מען א ידיעה און וואס עס איז און נוצן פארשידענע טאאלס, גארנישט עכט אטאמאטיש קען דאס טון. ג) אבי עני אנטי וויירוס איז נישט גענוג... יענער האט געהאט מייקראסאפט סעקיורעטי עסענטשאלס און עס האט גארנישט אויפגעכאפט נישט ביים דאונלאודן דער פייל און נישט ביים עפענען און מאכן ענעיבל און נישט די פיילס וואס דער וויירוס האט קריעיטעד, איך האב אים שפעטער אינסטאלירט קאספארסקרי פרי וועלכע האט יא גלייך אויפגעכאפט דער דאקומענט. ד) עס איז אייביג גוט צו האבן נאך לעיערס פון פראטעקשאן, למשל "קריפטאו פריווענט" א פראגראם וואס איז בעיקר געצילט קעגן רענסאמווער וויירוסן אבער וועט אפשטעלן אסאך אנדערע, למשל דער ספעציפישער העט ער ווען אפגעשטעלט מיט זיינע ראאלס.

4 - יזכר לטובה דער אקאונטענט וואס האט געשיקט דערנאך אן אימעיל פאר זיינע קאנטעקטס ווארענען אז ער איז געהעקט געווארן און מען זאל עס נישט עפענען.איך האב באקומען אמאל אין די ארבעט פון א קליענט אזא סארט וויירוס, אים אפגערופן און געמאלדן, אבער ער האט קיינמאל נישט געמאלדן אין אן אימעיל!

וואס נאך?....ווייסעך נישט...שיק....

1.png
1.png (120.36 KiB) געזעהן 1803 מאל


2.png
2.png (3.56 KiB) געזעהן 1803 מאל
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » פרייטאג אוגוסט 04, 2017 2:40 pm

א גרויסע שכח קנאפער
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » פרייטאג אוגוסט 04, 2017 2:40 pm

יהודי האט געשריבן:א גרויסע שכח קנאפער
איזי


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט