קאמפיוטער וויירוס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

אנטי וויירוס, עדווער, און ספייווער

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 8:59 am

איך האב נאכנישט געטראפן אזא אשכול האב איך דעריבער געעפענט איינס.

ווער ס'האט צייט זאל באריכטן איבער די עפעקטיווקייט פון זיין אנטי וויירוס פראגראס צי ס'יז טאקע אזוי גוט. צווישן די מערסט באקאנטע זענען:
Mcaffy
Norton / Symantech
AVG
Panda

וואס מ'דארף קוקן אויף, איז צי ס'פארשטייטערט נישט דעם קאמפיוטער ווייל געווענליך איז א אנטי וויירוס א שווערע פראגראם וואס קאנטראלירט יעדע אינבאנד און אוטבאנד ווי אויך יעדע אקטיוויטי אויפן קאמפיוטער צי ס'יז אויסגעהאלטן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 10:40 am

לפי ידיעתי איז אזוי,
איך האב נארטאן תחתנעץ 08 עס איז זייער גוט, בכלל נישט שטאט עס כאפט זייער שנעל די עבירות ופשעים און ריינעגט עס אויס מיט א גוטע תשובה מאהבה שזדונות נעשה כזכיות,
מען פלעגט אמאל זאגן אז נארטאן מאכט שטאט די STARTUP אבער זיי האבן עס פאראכטן די לעצטע צוויי יאר. און בכלל איז ער זייער א שטילער, מען באמערקט בכלל נישט אז ער עקזעסטירט, ער שטייט נישט און וועג צו דערגיין די יארן אזוי ווי אנדערע פאגראמען.
AVG איז באפיינטעט אין פארהאסט ביי אלע קרעטשמעס און פארום'ס, ווער עס דערמאנט נאר אז ער האט עס ווערט ללעג ולקלס בביזוי בזיונות, ווייל ער וויל ווייזען אז ער כאפט פישלעך וואס אנדערע כאפן נישט, ממילא טוט ער צומאל דיטעקטען עבירות וואס זענען באמת ריכטיגע מצות, און עס האט מיט קיין שלעכטס ניט קיין שייכות לא במגע ולא במשא.
מיקעפי פלעג איך אמאל האבן, ס'איז גאנץ גוט, אבער ער האט מיר צופיל ארויפגעטאנצען און נערוועז געמאכט מיט מודעות ובקשות, איך האב יעדען טאג געדארפט בעטן א עקסטערע תפילה ובקשה ביי די יהי רצון נאך ברכות שתיצילנו.... מפגע רע, אז מיין מיקעפי זאל נישט פגענ'ן יענעם טאג. אבער נאך א שטיק צייט זעענדיג אז מיינע תפילות ווערן נישט נתקבל אין דעם הינזיכט, האב איך מיך געמוזט נעמען די כח און מיה אים ארויס ווארפן בחוץ לבית.
פענדע איז סתם נישט קיין ברייט באוויסטע פראגרעם, איז האב איך עס קיינמאל נישט אויספראבירט.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2548
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 12:07 pm

כ'פלעג האבן סימענטעק, אבער ס'האט מיר זייער שטייט געמאכט די קאמפיוטער. קען זיין אזוי ווי פיקח זאגט אז לעצטענס איזעס שוין בעסער, ווייסעך נישט. יעצט האבעך AVG, דער אומזיסטע עדישאן, כ'ווייס נישט צו ס'טוט אויף, און כ'מיין אז ס'מאכט נישט צו שטייט די קאמפיוטער.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 1:04 pm

וואס טוט זיך מיט עד ווער אין ספיי ווער איך האב פון דעם אסאך מער מורה ווי פון וויירוס'ס אין ס'איז זייער פשוט פארוואס א וויירוס קען צוברעכן די קאמפיוטער שפך כעסו על עצים ועל אבנים אבער ספיי ווער קען חלילה באגאנווען דאס איטענעטי אין וואס דאס מיינט מיין איך אז איך דארף נישט מסביר זיין

אין עד ווער מאכט סתם אזוי נערוועז איך העל פארציילן מיין עקספיריענס מיט דעם: צו מיר האט זיך אמאל אריין געכאפט אזאנס אין יעדע מאל וואס איך האב געעפענט גאגעל צו סירטשן סיי וואס איז דזעי נעט געגעבן א שפרינג ארויף אזוי אינטן פון די בלעטעל האב איך איינמאל אנגעקאלט דזעי נעט מיט א בהלה אז זיי מאכן מיך משוגע איך סירטש כשר'ע זאכן אין ער לאזט דאס אפילו דורך אבער וואס איז די שווארצע סקרין וואס דזאמפט ארויף יעדע מאל זאג ער מיר מר. לייג שנעל אריין אנטי ספיי אין עד ווער אין אנטי וויירוס אויב די ווילסט נישט דיין קאמפיוטער זאל גיין קראכן איך געדענק נישט וואס איך האב דעמאלטס געדאנלאד אבער איך האב געדאלאד אסאך פראגראמס אין תיקף ומיד האט זיך אויפגעהערט די רדיפות פון דזעי נעט והכל על מקומו יבא בשלום

(איך מיין אז די אלע פרי פראגראמס געבן נאר וויירוס פאר פרי אין זאגן אז אויב מ'וויל ספריי ווער אויך זאל מען איינצאלן דאס איז אויך אפשר א באווייז צו וואס איך זאג אז דער עיקר איז ספיי ווער נישט וויירוסעס)

סא ווער ווייסט פון א גוטע סאפטווער צו באשיצן פון דעם שייטצעך אן קיין אפצאל זאל ער אזוי גוט זיין אין מהנה זיין דעם עולם דא
א דאנק

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 1:23 pm

בדרך אגב נארטאן איז אויך פאר ספייווער און עדווער

איין וויכטיגע נקודה איז דא.....
מען זאל קיינמאל נישט אינסטאלן א פראגרעם וואס איז נישט באקאנט, ווייל די גנבים און רויבערס לייגן אריין וויירעסעס אין א פארעם פון א אנטי וויירעס.
אזוי אויך זאל מען זעהן נישט צו אינסטאלן בחינם'דיגע פראגרעמס, אזוי ווי די וועלט זאגט בחינם באקומט מען כינים, און כינים אינעם קמפיטער וויל קיינער נישט האבן. די עיקר סיבה איז צו דעם ווייל עס איז דא זייער אסאך וויירעסע פארכאפט אינעם נעץ, און א אמתדיגע וויירוס פראטעקשען קאמפאני מוז אריינלייגן אסאך געלד און כח צוצושטעלן א גוטע פאנצער, אויב איז עס בחינם, מיינט אז עפעס טויג נישט דערמיט.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:15 pm

פיקח האט געשריבן:אויב איז עס בחינם, מיינט אז עפעס טויג נישט דערמיט.

נישט אלעמאל מיינט עס אז עס טויג נישט אמאל איז עס עדווערטייזמענט אמאל איז עס ווייל ער האפט אז די וועסט אפגרעדן צו א באצאלטע ווערסיע

די וועלט זאגט: יעדע כלל האט א יוצה מן הכלל און די כלל האט אויך א יוצא מן הכלל. איך מיין אז עס איז דא אויך נוגע

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 3:24 pm

פיקח כ'אב הנהיתי פון דיין וועג וויזוי האסט דיך מתוודה געווען אויף דיינע עבירות. ...


לאז;
מען קען נישט זאגן אז נאר ספייווער איז די עיקר פראטעקשאן און נישט אנטי וויירוס, ווייל ביידע קענען חרוב מאכן. דאס וואס דו האסט געהאט דעמאלטס איז געווען א הייזשעקט בראוזער וואס האט דיך רידירעקטעד צו זיין סייט יעדע מאל, מיט עטליכע גוטע קלינערס קען מען עס ארויסנעמען, אדער ביי MSCONFIG אדער מיט HIJECTHIS .

לגבי אומזיסט, די סארט אומזיסטע וואס קומען פון ביליגע סייטס, וואס האט א שוואכע אויסזען אדער ס'יז דא דארט חזעריי אויך, זאל מען קיינמאל נישט טאטשן !! לעמת זה איז דא פון אויסגעהאלטענע סייטס וואס געבן אומזיסט בלויז צו סקענען און זיי האפן אז דו וועסט אפגרעידן צו פולע ווערסיע ווען דו ווילסט עס למעשה אויסקלינען, אדער איז דא ווא געבן גענצליך אומזיסט אז דו זאלסט קויפן די העכערע ווערסיע, פארשידנס. אבער מען דארף זיין א חכם ראשו בעיניו.. צו דערשמעקן ווער ס'יז לעזשיט און ווער נישט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

תגובהדורך ליפא » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 3:37 pm

פיקח, וויפיל קאסט נארטאן ?
לוינט זיך די פרייז ?

איך האב אמאל געהערט פון איינעם אז ער האט אינסטאלד די ווערסיע פון 05, און עס אפגרעידעד בחנם פארשטייט זיך ביז צו די היינטיגע ווערסיע,
מאכט עס סענס, אויב יא, ביטע אנצייכענען פונקטליכע אינסטראקציעס,

צדיקים האבן (מסתמא) געזאגט אז חודש אדר איז מסוגל אויף תשובה מאהבה

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 4:12 pm

ליפא האט געשריבן:פיקח, וויפיל קאסט נארטאן ?
לוינט זיך די פרייז ?


נעריש'ע קשיא!!! ווער צאלט היינט געלט פאר א פראגרעם, מען קומט אריין אין קרעטשמע מען זעצט זיך אוועק אויף א גלעזל טיי אדער שנאפס, מען שרייבט אראפ וועלכע פראגרעם מען דערף.....
געווענליך גייט נישט אדורך קיין גאנצע מעת לעת און מען איז א געהאלפענער,,,,,,

קומטסו ליפא (וואס ווי באקאנט זענען אלע רבנים ארויס קעגן דיר נעכטן וועגן די גרויסע פירצה אין מאנהטען "הנקרא ביג עווענט") און פרעגסט א שאלה וויפיל קאטסעס
???????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????

ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

תגובהדורך ליפא » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 5:32 pm

נא !!! אדרבה ואדרבה, קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרונקא

א לינק ביטע, און פונקטליכע אנוויייזונגען אזש אז אפילו ר' זארעח זאל דאס פארשטיין

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 5:40 pm

פאנדע, לויט ווי מיין טעניקער האט מיר געזאגט, איז אן אפגרעיד פון נארטען, און איך מיין אז ס'מאכט אביסל שטייטער. און ס'קאסט נארישע זעכציג דאלער א יאר, און איך גלייב נישט אז ס'לוינט זיך פאר דעי געלט זיך משוגע צו מאכן צו פארשאפן אומזיסט.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 5:49 pm

איך הער: נישט ביי יעדעם איז זעכציג דאלער נעריש...

פיקח: געב אהער א פיינע אנטי אלע גארביטש...

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 5:54 pm

איך_הער האט געשריבן: און איך גלייב נישט אז ס'לוינט זיך פאר דעי געלט זיך משוגע צו מאכן צו פארשאפן אומזיסט.

משוגע צו מאכן?????
איך מאך איינעם משוגע ווען איך גיב א קאוד?
עס נעמט נישט מער ווי 10 מינוט און די זאך איז מסודר, נא לוינט זיך נישט אפשר צו מאכן 60$ אין 10 מינוט, 6 מעקסיקנער וועלן דיר העלפן פסח מאכן דיין קאר פאר דעי געלט.

ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

תגובהדורך ליפא » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 6:06 pm

אוי פיקח, פלוץ פלצתי (קרעדיט" מאשקע)

איך קען דיין קאר..........

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 6:16 pm

נ.ב. אויב טוסטו קיין קאר ניט פארמאגן דאמאלס קענסטו ניצען די גוים אביסל צו פסחדיג מאכן אין קרעטשמע!!!!

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2548
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 6:17 pm

פיקח, דאס איז געווען א גוטס. האסט מיך כמעט משוגע געמאכט....

כ'זעה האסט שוין געשריבן נאך א תגובה. מיינע ווערטער גייען ארויף אויף 'משוגע מאכן'...
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » זונטאג פאברואר 24, 2008 1:11 pm

לתועלת החשובע באטייליגטע הע"י פה בעיר היימישע קרעטשמע והגלילות יצ"ו
איך האב מיך גענומען די צייט און מיה נאך לאנגע שלאפלאזע נעכט נישט קענעדיג איינשלאפן פון אזוי פיל ענערגיע וואס איז אריינגעגאנגען אין דעם פייל, האב איך אפלאודעד דא פארן ציבור דער לוחם-עבירות פראגרעם נארטען אנטי עבירות פון יארע 2007 עס קומט מיט א עושה-פרה "קיגען" בלע"ז, מען דארף נאר מאכן זיכער אז מען איז נישט מחובר צום טרייפענעם נעץ, נאכן פראבירן זיך מחבר צו זיין 3 מאל וועט ער דיר פרעגן אויב די ווילסט רעגעסטרירן דורך'ן טעלעפון, זאג יא, און לייג אריין די קאוד לויט די קאוד וואס ער גיט דיך.
דא האט איר
http://rapidshare.com/files/94563785/No ... 7.zip.html
הצלחה רבה במלחמתו של היצר.

ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

תגובהדורך ליפא » זונטאג פאברואר 24, 2008 2:36 pm

שכוח

ווען טאר מען נישט זיין מחובר ?
איך פרעג שוין צופיל....

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » זונטאג פאברואר 24, 2008 2:38 pm

ליפא האט געשריבן:שכוח

ווען טאר מען נישט זיין מחובר ?
איך פרעג שוין צופיל....

ביים רעגעסטרירן.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג פאברואר 24, 2008 2:55 pm

מיין אנטי ספיי וועיר די פרי זאגט אז עס האט א וויירוס עני וועי איך האב עס אדרוך געלאזט אבער ער שפייט נישט אויס קיין קאד פאר מיר אפשר קען מיר איינער געבן די פארלאנגטע ציפערן א דאנק
שטייצעך אין אישית נישט צו שעדיגן די וועב סייד

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » זונטאג פאברואר 24, 2008 4:45 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:מיין אנטי ספיי וועיר די פרי זאגט אז עס האט א וויירוס עני וועי איך האב עס אדרוך געלאזט אבער ער שפייט נישט אויס קיין קאד פאר מיר אפשר קען מיר איינער געבן די פארלאנגטע ציפערן א דאנק
שטייצעך אין אישית נישט צו שעדיגן די וועב סייד

יא יא איך האב געהערט פון דעם פראבלעם, אבער עס האט נישט קיין שום ווירוס איז זיך, איך האב עס געסקענט מיט א פאר גוטע פראטעקטערס און אלעס איז אדורך בשלום ובשלוה, יעצט אינעם פייל דארף זיין א פייל וואס הייסט Norton.Antivirus.2007.Keygen.exe גיי דארט אריין איז דא א באטטאן SERIAL גיב א דריק (נישט צו שטארק!) וועט ארויף קומען א קאוד.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג פאברואר 24, 2008 5:40 pm

מיין קאמפיוטער לאזט מיך נישט עפענן די פייל איך ווייס נישט פארוואס איך האב שוין געדריקט אנבלאק איך האב שוין דיסעבעלט אלע גוטע רוחות אבער ער לאזט מיך דאס נישט עפענן אפשר קען עס איינער עפענן אויף זיין קאמפיוטער און מיר געבן דעם שליסעל?

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » זונטאג פאברואר 24, 2008 5:48 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:מיין קאמפיוטער לאזט מיך נישט עפענן די פייל איך ווייס נישט פארוואס איך האב שוין געדריקט אנבלאק איך האב שוין דיסעבעלט אלע גוטע רוחות אבער ער לאזט מיך דאס נישט עפענן אפשר קען עס איינער עפענן אויף זיין קאמפיוטער און מיר געבן דעם שליסעל?

קום טשעטן וועל איך דיר העלפן!!!

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג פאברואר 26, 2008 12:15 am

אני הקטן ניץ שוין AVG FREE אפאר יאר אויף צענדליגער קאמפיוטער'ס און ס'ארבייט ריזיג ער דעטעקט נישט קיין עבירות שהן מצוות ער שפרינג נישט אריין ווען מדארף אים נישט ער שטייט ווי א לייב צו באוואכן זיינעקאמפיוטער'ס פון א יעדע פגע רע ער קאסט נישט קיין אפגרעיד פי'ס
איךזעה נישט אין פורם'ס אז מ'זאל אים פיינט האבן (חוץ אפשר נארטן און מעקעפי געפירטע פורם'ס אדער געוויסע יוזערס וואס זענען נארטאן און מעקעפי חסידים) און כ'זע נישט פארוואס מ'זאל אויף אים האקן
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג פאברואר 26, 2008 12:26 am

אגב האט איינער פון מיינע קליענטן אינסטאלירט אויף זיין סערווער די באצאלטע ווערסיע פון AVG וואס דאס ארבייט אלס א שומר פונעם סערווער אויפן גאנצן נעטווארק סיי אקעגן וויירוס און סיי אקעגן ספייווער אן קייו שום יוזער אינטערווענשאן ס'טוט זיך אויטאמאטיש אפדעיטן און אויף דעם געבן זיי סאפארט
און זיי זענען זיער צופרידן

און ניין כ'באקריג נישט קיין קאמישאן פוןAVG...
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט