Keylogger

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3056
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

Keylogger

תגובהדורך ווער בין איך? » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 5:10 pm

איינער דא קען זיך אפשר אויס מיט קילאגגערס?
איך וויל אויסטעסטן אזאנס אויף מיין מאשין - זעהן ווי גוט ס'ארבעט און ווי גוט באהאלטן עס איז פונעם יוזער.
איך וויל אבער נישט אריינפאלן מיט קיין וויירוס.
בעסער אויב איז דא א בחינם'דיגע, אויב נישט איז איינס פאר געלט אויך גוט און איך וועל עס אליינס באקומען.

יישר כח

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11028
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 8:41 pm

http://www.eblaster.com/
דאס איז מוראדיג גוט העריך זאגן

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 8:52 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:http://www.eblaster.com/
דאס איז מוראדיג גוט העריך זאגן

K9 קאטאגאריזירט עס אלס Spyware / Malware Sources
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9118
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 9:57 pm

א דבר פשוט אז ער לייגט דאס אריין אין די קעטעגארי, ווייל יעדע קילאגער איז א שפיאן.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:24 pm

אייך האב געהאט גוטע עקפיריענס מיט ריפאג, אבער דא זעה איך אס ער האט נישט קיין גוטע רעטינג, קוק אביסל דורך די ליסט ביז דו טרעפסט איינס וואס שמעקט דיר
http://download.cnet.com/windows/monito ... /?tag=page

viewtopic.php?f=52&t=16208
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 12:04 am

לכתחילה זיי מיר מסביר וואס איז דאס קילאגער? און פארוואס דארף מען דאס?
(איך גלייב אז נאך מענטשן וועלן זיין אינטערסירט)

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 5:11 am

נוץ Sandboxie אויסצופראבירן אומזיכערע פראגרעמס.

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 10:52 am

גוגל האט געשריבן:לכתחילה זיי מיר מסביר וואס איז דאס קילאגער? און פארוואס דארף מען דאס?
(איך גלייב אז נאך מענטשן וועלן זיין אינטערסירט)

ווילאנג דו ווארטסט אויף לכתחילה'ס הסבר, כאפ א בליק דא אין וויקיפידיע.

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 12:33 pm

דעת זקנים האט געשריבן:
גוגל האט געשריבן:לכתחילה זיי מיר מסביר וואס איז דאס קילאגער? און פארוואס דארף מען דאס?
(איך גלייב אז נאך מענטשן וועלן זיין אינטערסירט)

ווילאנג דו ווארטסט אויף לכתחילה'ס הסבר, כאפ א בליק דא אין וויקיפידיע.

blocked
white list

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 2:04 pm

גוגל האט געשריבן:
דעת זקנים האט געשריבן:
גוגל האט געשריבן:לכתחילה זיי מיר מסביר וואס איז דאס קילאגער? און פארוואס דארף מען דאס?
(איך גלייב אז נאך מענטשן וועלן זיין אינטערסירט)

ווילאנג דו ווארטסט אויף לכתחילה'ס הסבר, כאפ א בליק דא אין וויקיפידיע.

blocked
white list

Keylogger איז א פראגראם, דאס הייסט א סאפטוועיר, וואס איז א שפיאן אויף די קיבארד, עס טוט דעקאדירן אלס וואס ווערט געקלאפט אויפן קיבארד פונעם קומפיוטער ווי די Keylogger איז אינסטאלד.

דערנאך נעמט עס די אינפארמאציע און לייגט עס אריין אין א טעקס פייל, און אז איר עפענט די פייל, קענט איר זעהן אלס וואס איז געקלאפט געווארן אויפן קומפיוטער.

דאס איז געמאכט - פאר ווער עס וויל עס יוזן ערליך - פאר א בעה"ב וואס וויל זעהן וואס זיינע ארבייטער טיען, און וועלכע סייטס זיי גייען (פארשטייט זיך אז אזעלעכע סייטס וואס זענען אין "פעיוורעטס" העלפט עס נישט, ווייל מען קלאפט נישט דעם קיבארד) און אויב זיי האבן פרייוואטע אימעיל'ס באקומט ער אויף דעם אויפן זייערע פעסווארד'ס (לייג אין די זייט, צו עס איז עטיש) אא"וו.

די וויירוס וועלט נישט עס אויך. אז עס געלינגט זיי אריינצולייגן אין א קומפיוטער א Keylogger וויירוס, וועלן זיי נאכדעם קאלעקטען דיינע אימעיל אדרעסען מיט די פעסווארדס, און ניצן דיין קאנטע צו שיקן וויירוסעס צו אנדערע מענטשען, און טאקע צו דיינע באקאנטע, וואס וועלן עפענען די פייל, ווייל ער טראסט דיך, און די וועסט ווערן געבלעמט, און נישט זיי. אויך האבן זיי דיין קאנטאקט ליסטע, וואס זיי פארקויפן פאר ספעמערס.

און בעיקר, נעמען זיי דיין באנק אינפא, ריקען זיך אריין אין דיין באנק קאנטע, און מאכן שווארץ שבת, אדער נעמען זיי דיי קרעדיט קארד, וואס דו האסט נעכטען אריינגעקלאפט ביי עמעזאן למשל, און קויפן איין גאלערעטע מיט פרישע לעבער לכבוד יו"ט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 3:16 pm

גוגל, חזק ואמץ.
ש'כח לכתחלה פאר די שיינע הסבר, אגב פון די אויבערדערמאנטע וויקיפידיע זעהט אויס אז ס'איז דא פארשידענע סארטן קילאגערס, וועלכע קענען גנב'נען מיין אינפארמאציע בשעת'ן סאבמיטן אן אויסגעפילטער פארם מיט אינפארמאציע ווי למשל לאג-אין יוזערנעים און פעסווארד, קרעדיט קארד אפפליקעישן וכדו' אפי' כ'האב נישט אריינגעקלאפט יעצט מיין אינפארמאציע נאר אוטאמאטיש דורך Autofill וכדו' נאך פארשידענע סארטן איינס בעסער [ערגער] פון צווייטן.

אן צופיל פארפארן פונעם נושא (ווער בין איך ווארט נאך אפשר אויף הילף) איז דא עפעס אן אופן איך זאל קענען זעהן צו א ספעמער/העקער האט מיר נישט ערגעצוואו אריינגעריקט אזא שטיקל, כ'מיין איז גענוג א פשוט'ע אנטי וויירוס דערפאר אדער דארף איך עפעס בעסער עס צו דערשנאפן אדער גאר העלפט גארנישט דערפאר?

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 3:57 pm

דעת זקנים האט געשריבן:גוגל, חזק ואמץ.
ש'כח לכתחלה פאר די שיינע הסבר, אגב פון די אויבערדערמאנטע וויקיפידיע זעהט אויס אז ס'איז דא פארשידענע סארטן קילאגערס, וועלכע קענען גנב'נען מיין אינפארמאציע בשעת'ן סאבמיטן אן אויסגעפילטער פארם מיט אינפארמאציע ווי למשל לאג-אין יוזערנעים און פעסווארד, קרעדיט קארד אפפליקעישן וכדו' אפי' כ'האב נישט אריינגעקלאפט יעצט מיין אינפארמאציע נאר אוטאמאטיש דורך Autofill וכדו' נאך פארשידענע סארטן איינס בעסער [ערגער] פון צווייטן.

אן צופיל פארפארן פונעם נושא (ווער בין איך ווארט נאך אפשר אויף הילף) איז דא עפעס אן אופן איך זאל קענען זעהן צו א ספעמער/העקער האט מיר נישט ערגעצוואו אריינגעריקט אזא שטיקל, כ'מיין איז גענוג א פשוט'ע אנטי וויירוס דערפאר אדער דארף איך עפעס בעסער עס צו דערשנאפן אדער גאר העלפט גארנישט דערפאר?

נישט אלע קילאגערס זענען סאפטווער וואס פארשטייט זיך אז אן אנטי ווירוס קען נישט טרעפען א קילאגער וואס איז אריינגעבויט אין א קיבורד

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 4:31 pm

לכתחילה איך האב געוויסט אז די גייסט מיר נישט אנטוישן
ווען איך וואלט אויסגעהערט מיינע רבי'ס מיט דארשט אזוי ווי איך ליין דיינע שורות וואלט איך סאך בעסער אויסגעזעהן

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 4:57 pm

משנה מקום האט געשריבן:נישט אלע קילאגערס זענען סאפטווער וואס פארשטייט זיך אז אן אנטי ווירוס קען נישט טרעפען א קילאגער וואס איז אריינגעבויט אין א קיבורד

ווילסטו מיר זאגן אז ס'איז גאר דא א מעגליכקייט אז אלעס וואס איך טייפ קומט אן צו אומגעוואונטשענע עלעמענטן, אנדעם וואס כ'זאל אמאל געוואור ווערן דערפון?

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3056
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:43 pm

יישר כח פאר יעדן'ס הילף. איך וועל עס אויספראבירן ווען איך וועל האבן צייט.

_____________

איז דא אזא זאך ווי א קילאגגער פאר ענדרויד פאונס?

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11028
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:56 pm

דעת זקנים האט געשריבן:
משנה מקום האט געשריבן:נישט אלע קילאגערס זענען סאפטווער וואס פארשטייט זיך אז אן אנטי ווירוס קען נישט טרעפען א קילאגער וואס איז אריינגעבויט אין א קיבורד

ווילסטו מיר זאגן אז ס'איז גאר דא א מעגליכקייט אז אלעס וואס איך טייפ קומט אן צו אומגעוואונטשענע עלעמענטן, אנדעם וואס כ'זאל אמאל געוואור ווערן דערפון?

אי בלעסטער זאגן זיי איז נישט מעגליך צי געוואר ווערן סתם אזוי אויב דו קענסט נישט ווינדאויס דורך און א דורך

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2012 2:04 pm

אדער אויב דו קענסט גוט די פראסעס פון אי בלעסטער.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11028
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2012 2:16 pm

ווער בין איך? האט געשריבן:איז דא אזא זאך ווי א קילאגגער פאר ענדרויד פאונס?

http://www.eblaster.com/eblaster-mobile.html

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2012 2:28 pm

ש'כח פאטאקי און לייבי, סאו וואס זענען די אלע אנטי-קילאגגערס וואס זענען עוועילעבל אויפן מארק? העלפן זיי נאר למחצה לשליש אדער זענען ווערט א כרפס (למאן דאוכלים רעטעך)?

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2012 7:38 pm

א קילאגגער וואס ווערט אינסטאלד דורך א וויירוס איז געווענליך לייכטער צו טרעפן, אבער אויב וועט איינער בכוונה אינסטאלן א קילאגגער (א גוטע פארשטייט זיך) איז עס זייער שווער צו טרעפן.

רוב מענטשן האבן נישט וואס זיך צו זארגן וועגן קילאגגערס חוץ אויב איר האט געהאט א פעסטע וויירוס אין קאמפיוטער, און דעמאלטס ווי געזאגט, איז עס נישט אזוי שווער.

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2012 9:15 pm

מומחה וועלכע קילאגער וואלסטו ריקאמאנדירט?

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2012 9:19 pm

און א הסבר אביסל ווייל א קילאגער וואס איינער אינסטאלד ביי דיר קען ער אויך אריינגיין אין די אנטי וויירוס און אריינלייגן אז די פראגראם זאל ער לאזן לויפן.
דזשאסט איין וועג וואס יענער קען טיהן.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11028
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:15 pm

סאיז דא שפיאנען וואס מען קען אינסטאלן רימאוטלי
דאס הייסט דער באס דארף אפילו נישט האבן ציטריט צום ארבייטערס קאמפיוטער צי קענען אינסטאלן די ספיי

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 12:06 am

למשל network monitor employee
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 10:39 am

דאנקע מומחה פארן אויסקלארן, כ'פארשטיי אז אנטי וויירוס נישט, אבער זענען די אנטי קילאגגערס נישט געמאכט טאקע דערפאר צו דערשפירן א בעסער אריינגעכאפטע קילאגגער?


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט