בלאט 1 פון 5

מייקראסאפט אפיס 2013

געשריבן: דינסטאג יולי 17, 2012 1:12 pm
דורך לב טוב
שוין דא עפעס א פריוויא ביי מייקראסאפט פון אפיס 2013, עס וועט נאר ארבעטן מיט ווינדאוס 7 און העכער.

געשריבן: דינסטאג יולי 17, 2012 1:16 pm
דורך leiby
פונקט געוואלט עפענען אזא אשכול,
http://download.cnet.com/8301-13389_4-5 ... -know-faq/
זיי זאגן ס'גייט זיין זייער קאמפטיבל מיט טאטש, איז דאס טאקע אזא מעלה?
עיין כאן
Office 2013: Is Microsoft Out Of Touch?

געשריבן: דינסטאג יולי 17, 2012 3:54 pm
דורך ווינקל
די נייע אינטערפעיס איז ווייט פון מיין געשמאק.

געשריבן: דינסטאג יולי 17, 2012 3:56 pm
דורך אויפריכטיג
leiby האט געשריבן:פונקט געוואלט עפענען אזא אשכול,
http://download.cnet.com/8301-13389_4-5 ... -know-faq/
זיי זאגן ס'גייט זיין זייער קאמפטיבל מיט טאטש, איז דאס טאקע אזא מעלה?
עיין כאן
Office 2013: Is Microsoft Out Of Touch?

וואס מיינט עס גייט זיין קאמפיטבל מיט טאטש?

געשריבן: דינסטאג יולי 17, 2012 4:21 pm
דורך דעת זקנים
ווינקל האט געשריבן:די נייע אינטערפעיס איז ווייט פון מיין געשמאק.

אזוי ווי כמעט יעדע נייע זאך וואס דארף ריפלעיסן אן אינטערפעיס צו וואס דו האסט זיך שטארק צוגעוואונט, נישט אלץ איז עס ווייל ס'איז נישט דיין געשמאק נאר ענדערש ווייל [אסאך] מענטשן גלייכן נישט קיין טשעינדזש עז לאָנג די אלטע דינט דעם געברויך. ס'איז שווער זיך צוצוגעוואונען דערצו אבער עט די ענד גלייכט מען עס.

אפיס 2010 האב איך אנהייב נישט געקענט דערליידן, אבער היינט וואלט איך נישט צירוקגעגאנגן צו 2007 (הגם דא דארט איז דא זאכן וואס געפעלן מיר נאכאלץ נישט).

געשריבן: דינסטאג יולי 17, 2012 4:52 pm
דורך leiby
ווינקל האט געשריבן:די נייע אינטערפעיס איז ווייט פון מיין געשמאק.

הייב אן צוריק צוקוקן די תגובות פון די אלע וואס האבן געטוישט פון עקס פי צו ווינדאויס 7, פון אפיס 03 צו אפיס 07,
פרעג זיי יעצט אויב זיי וואלטן צוריק געטוישט, (אפילו פאר געלט..)

געשריבן: דינסטאג יולי 17, 2012 4:58 pm
דורך ווער בין איך?
איך וואלט גערן צוריקגעטוישט צו אפיס 03. סאך געשמאקער צו ארבעטן דערויף.

געשריבן: דינסטאג יולי 17, 2012 5:20 pm
דורך שמעק_טאביק
ס'רוב מענטשן (כ'רעד ביי די אומות העולם) וואלטן גערן צוריקגעגאנגען, אדער זענען נאך אלץ עד היום, מיט 2003. בפרט אין ביזנעסער.

נאר די אלע וועלכע קויפן נייע מאשינען האבן נישט צופיל ברירות, מען קען שוין נישט קויפן די אלטע. און די נייע האט מער מעלות אויך (נישט וויכטיגע, אבער דאך), ממילא בלייבט מען מיט דעם בלית ברירה.

די נייע 2013 אפיס, זאגט מייקראסאפט, וועט ביי דיפאולט סעיוון פיילס אין די וואלקענעס, (לעבן דארט ווי מ'גיט פליען בקרוב ווען משיח נעמט אונז קיין ציון ברנה), אבער מען וועט קענען סעטן אז עס זאל יא סעיוון אויפן לאקאלן קאמפיוטער. מייקראסאפט זוכט דערמיט נאכצוגיין אין די פוס-טריט פון זייערע קאמפעטישאנ'ס, ווי גוגל און אנדערע, וועלכע סעיוון נאר אנליין, און די מעלה דערפון איז אז מען קען עס עקסעסן פון סיי וואו אויף דער וועלט, און מען קען עס שעירן פאר אנדערע צו זעהן אדער דאונלאודן. (די חסרונות זאגן זיי נישט אויס... ווי צב"ש אז מען קען עס גרינגער העקן... און טאמער וויל פעטער-שמואל האלטן א שטרענג אויג אויף דיינע דאקומענטן האבן זיי א גרינג פעלד, אויף א גאלדענעם טאץ, זיצענדיג אויפן גרויסן באקוועמען פאטעל אונטערן איינדרוק פונעם עירקאנדישאן... שוין, לאמיר נישט רעדן צופיל)

געשריבן: דינסטאג יולי 17, 2012 5:54 pm
דורך ווינקל
יעך בין גראדע זייער לייכט מיט טוישונגן אויף בעסער און שענער. איך בין צווישן די וואס האבן געגליכן דעם טויש צו אפיס 2010.

געשריבן: זונטאג יולי 22, 2012 1:14 pm
דורך leiby
ווערט אנגעריפן אפיס 15.
איבערבליק אויף די נייע אפשענס, איינע פון די זאכן מ'גייט קענען עדיטן א פי די עף. (מ'דארף מער נישט זיכן עקראבעט אדער אנדערע סאפטווער)

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2012 2:18 pm
דורך דעת זקנים
איך האב יעצט באקומען אין אימעיל זייער אפפער צו דאונלאודן די אפיס 2013 פריוויא.
איך וויל נאר וויסן צו דורכן אינסטאלן די פריוויא פארליר איך מיין יעצטיגע אפיס 2010 אדער עט ליעסט קען עס מאכן פראבלעמען צו נוצן מיין 2010 ווילאנג די פריוויא איז אינטאלד?

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2012 5:08 pm
דורך יואל שווארטץ

געשריבן: מיטוואך יולי 25, 2012 1:03 pm
דורך דעת זקנים
יואל שווארטץ האט געשריבן:brandingsource.blogspot.com/2012/07/new-logo-microsoft-office.html

וואס דארף איך צו זעהן דארט? (אנלעס האסט עס נישט געשריבן אלץ תשובה צו מיין שאלה).

געשריבן: מיטוואך יולי 25, 2012 1:19 pm
דורך leiby
האט גארנישט מיט דיין שאלה, א תירוץ צו דיין שאלה קענסטו מסתם זעהן ביין דאונלאודן די פריוויא, זיי זאגן עס אליין.

געשריבן: מיטוואך יולי 25, 2012 1:29 pm
דורך דעת זקנים
ביים דאונלאודן זאגן זיי גארנישט.
נאכן זוכן אביסל האביך עס יעצט געטראפן ביי די FAQ.

געשריבן: מיטוואך יולי 25, 2012 2:48 pm
דורך און וואס נישט
דעת זקנים האט געשריבן:ביים דאונלאודן זאגן זיי גארנישט.
נאכן זוכן אביסל האביך עס יעצט געטראפן ביי די FAQ.

אז?

געשריבן: מיטוואך יולי 25, 2012 3:44 pm
דורך דעת זקנים
דא שרייבן זיי אז מ'קען געהעריג אלטן די אלטע ווערסיע.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 12, 2013 12:33 am
דורך איך_וויל_יא
מיין עקספריענס מיט 2013 איז אז גאר אסאך פאנטס למשל די אזוי באקאנטע X פאנטס (נישט אלע) ארבעטן נישט געהעריג. אויב איינער ווייסט עפעס נא להודיעני
יישר כח
נ.ב. 07 איז געווען לדעתי דזשאנק!! 10 שוין בעסער כהאף אז 13 איז בעסער!!.. איך האב פיינט די פעידש נומבערס און די העדדערס וכו'........


דו קענסט אויפגעבן אבער "איך וויל יא"

געשריבן: דינסטאג פעברואר 12, 2013 5:05 pm
דורך אומאפיציעל
מיין עקספיריענס איז אז וואס נייער אלץ ווייניגער העלפ איז דא אין די העלפ מעניו, און אלץ מער אפשען'ס איז דא אין דעם פראגראם, אבער אן קיין העלפ ווייסט מען אפילו די אלטע אפציעס אויך נישט וויאזוי צו נוצן.

אויסער דעם מאכן די נייע עדישאן'ס פראבלעמען ווען מען וויל נאכדעם עדיטן דעם פייל אויף די אלטע ווערסיע.

לדעתי איז 07' בעסער ווי 03', פון 10' בין איך שוין נישט אזוי אנטציקט, כאטשיג זיי האבן אסאך גוטע פיטשער'ס

געשריבן: דינסטאג פעברואר 12, 2013 7:46 pm
דורך יהושע
ווינקל האט געשריבן:יעך בין גראדע זייער לייכט מיט טוישונגן אויף בעסער און שענער. איך בין צווישן די וואס האבן געגליכן דעם טויש צו אפיס 2010.

;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2013 5:47 pm
דורך jkup50
איך ווייס נישט אויב דא איז די פלאץ אבער איך דארף נויטיג הילף
איך האב א ניייע לעפטאפ מיט אפיס 2013 אין ווינדאס 8 אין זייער אסאך פטנטס ארבעטן נישט, איך ווייס נישט צו סהאט מיט ווינדאוס אדער מיט אפיס!!!!
ווער סקען געבען עני העלף -אין זוי ווי איך קום לעצטענס כמעט נישט אן אהער- ביטע מיר אימעלן [email protected]

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2013 2:47 pm
דורך פאטאקי08
ווינדאוס XP האט געהארגעט אלע פאנטס פון 98
ווינדאוס 7 האט געהארגעט אלע וואס האבן איבערגעלעבט ווינדאוס XP
ווינדאוס 8 גייט ווייטער...

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2013 5:15 pm
דורך jkup50
פאטאקי08 האט געשריבן:ווינדאוס XP האט געהארגעט אלע פאנטס פון 98
ווינדאוס 7 האט געהארגעט אלע וואס האבן איבערגעלעבט ווינדאוס XP
ווינדאוס 8 גייט ווייטער...

איך האב געהאט ווינדאוס 7

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2013 1:46 pm
דורך יש דברים בגו
איך_וויל_יא האט געשריבן:מיין עקספריענס מיט 2013 איז אז גאר אסאך פאנטס למשל די אזוי באקאנטע X פאנטס (נישט אלע) ארבעטן נישט געהעריג. אויב איינער ווייסט עפעס נא להודיעני
יישר כח
נ.ב. 07 איז געווען לדעתי דזשאנק!! 10 שוין בעסער כהאף אז 13 איז בעסער!!.. איך האב פיינט די פעידש נומבערס און די העדדערס וכו'........


דו קענסט אויפגעבן אבער "איך וויל יא"


גם אני בחלומי! איך האב די זעלבע פראבלעם און עס האט מיר אפגע'הרג'ט אסאך וויכטיגע documents וואס איך דארף נויטיג האבן.

כי אם החרש תרחישי בעת הזאת?

ביטע שרייבט א תגובה אדער צו מיר פריוואט [email protected]

ואי"ה ביום הצטרכותכם אשוב לכם בל"נ כגמולכם הטוב

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2013 7:09 pm
דורך קנאפער ידען
פאטאקי08 האט געשריבן:ווינדאוס XP האט געהארגעט אלע פאנטס פון 98
ווינדאוס 7 האט געהארגעט אלע וואס האבן איבערגעלעבט ווינדאוס XP
ווינדאוס 8 גייט ווייטער...

איך האב ווינדאוס 7, און נאכן אינסטאלירן מייקראסאפט 2013 האב'ך געהאט דעם זעלביגער פראבלעם!
איינער האט שוין געטראפן אן עצה דערצו?
הההעעעעעלללללףףףףף!!!!