Advertisement

די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

טרענספערן א הארד דרייוו פון איין לעפטאפ צום צווייטן - ווינדP

זונטאג פבואר 05, 2012 9:07 pm

בקיצור המעשה
כ'האב א אלטע לעפטאפ ווינדאוס XP, כ'וויל אריבער לייגן צו א אנדערן, אבער איך האלט נישט ביים ריאינסטאלן ווינדאוס פון דאסניי אין די נייע לעפטאפ, און אויך האב איך אסאך פראגרעמ'ס און סעטטינגס וואס איז מיר א גאנצע תורה איבער צי לייגן נאכאמאל אלעס, איז מיר איינגעפאלן א פשוטע עצה, איך וועל נעמען דעם הארד דרייוו פונם אלטן לעפטאפ און, היידא, אריין אינעם נייעם (זיי זענען ביידע כמעט די זעלבע מאדעלן פון די דעלל אינספיראן משפחה)
אבער..... דא בלייבט ער שטיין!, די ווינדאוס עפענען זיך נישט, ס'בלייבט שטיין באלד ביים אנהויב ביי א שווארצע סקרין...

איז דא עפעס אן עצה?????
ווער ווייסט?

Advertisement

זונטאג פבואר 05, 2012 9:10 pm

try safe mode and install the drivers for the new computer
also you will have to reactivate windows

זונטאג פבואר 05, 2012 9:13 pm

ס'גייט בכלל נישט אריין אין ווינדאוס, (די הארד דרייוו איז דעטעקטעד, געטשעקט אין Bios), ממילא איז נישט דא קיין מעגליכקייט פאר sefe mode

זונטאג פבואר 05, 2012 9:47 pm

did you try to press f8?

זונטאג פבואר 05, 2012 10:45 pm

כ'וואלט דיר נישט געראטן אזוי צו טאן. הארד דרייוו'ס לעבן נישט אייביג. איבער די צייט ווערט עס מער און מער אפגעדינט. א נייע דרייוו ארבעט פיל שנעלער ווי א גענוצטע. אויב איזעס שוין אפאר יאר אלט איז לענ"ד ווערד די טירחה איבער צו אינסטאלן די פראגראמען. ספעציעל אויב די נייע האט די נייערע ווינדאוס סעווען איז זיכער בעסער זאלסט דאס נוצן בכל אופן ווי צו בלייבן מיט די אומזיכערע אלטע עקס-פי.

זונטאג פבואר 05, 2012 11:10 pm

ר' יהיה,
דו דארפסט סעטן אין באאט מעניו אז די פריימערי דרייוו זאל זיין פונעם אלטן, און מאך זיכער ער דעטעקט א OS דארטן.
איך צווייפל אבער צי ס'וועט ארבעטן וויבאלד די הארדווער איז ווארשיינליך נישט קאמפעטיבל, און אויב יא וועסטו האבן א העק אף א זשאב צו אפדייטן דרייווערס. (יעדן טאג א פרישע אשכול גאראנטירט).
שרייב א תגובה

Advertisement