דיונים ועיונים בפרשת ויגש

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19726
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג דעצמבער 20, 2009 10:51 am

farshlufen האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:מעביר סדרה זייענדיג פרשת מקץ האב איך באמערקט אז דער תרגום פון "אסון" איז "מותא" (אויך דער אבן עזרא זאגט "מות"), אנדערש ווי די וועלט זאגט היינט "אסון - אן אומגליק".

בדרך אגב האב איך געקלערט בדרך צחות אז דערפאר הייסט דער רופא אויף אראמיש "אסיא", ווייל ער דערנענטערט דעם טויט (אסון). ווי רבי נחמן מ'ברסלב זאגט: דער מלאך המות האט זיך אפגערעדט אז ער האט צו א שווערע אויפגאבע, האט אים השי"ת געגעבן אסאך געהילפן, און דאס זענען די דאקטוירים.

דער רד"ק אין די שרשים זאגט אויף "אסון" "מות", און אויף דעם צייכענט צו דער תשבי אין זיינע הגהות אז דאס איז נאר א מיתה בידי אדם, און דער רמב"ן אין ויגש [בראשית מ"ד כ"ט] גייט אויך אויף אן ענליכן מהלך פון תשבי, אבער מער ווי מיר זענען געוואוינט צו טייטשן אז דאס באדייט אן עקסידענט ה"י, און זאגט "כי פירוש אסון מות מקרית, כמתים בידי אדם וחי' רעה או שינוי באויר".
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

פרשת ויגש

תגובהדורך jkup50 » זונטאג דעצמבער 12, 2010 2:01 pm

אזוי ווי הרב גראדער איז געווען בעוונותינו הרבים פארנומען לעצטע וואך אין נישט פארגעלערנט דעם שיעור דא האב איך נישט געהאט קיין ברירה אין אליין געמוזט ארויס נעמען דעם גרויסען המאור חומש אין לערנען פאר זיך אבער פארשטייט זיך אז אליין קען מען נישט דרייוון נאר מווערט כסדר סטאק האב איך באשלאסן צי נעמען די חברי הקרעטשמע פאר חברותא
איז וויל איך דא פרעגן צויי זאכן וואס באדערט מיר
יוסף האט געזאגט פאר די ברודער אז זיי זאלן זאגן פאר פרעה אז זיי זענען רועה צאן זאגט רש"י אז סאיז תועבת מצרים ווייל סאיז זייער ע"ז אין אזוי וועט זיי פרעה פארשיקען קיין גושן אבער למעשה זעה מיר אז פרעה האט געזאגט אז אפשר ושמתם שרי מקנה על אשר לי זעהט דאך אויס אז ער האט יא געהאט שאף צי פאשען?

דער אור החיים הק' ברענגט אראפ א מדרש אז ווען יעקב אע"ה אז נפטר געווארן האט ער שוין געהאט אייניקלעך ס ריבוא כיוצאי מצרים 600,000 קען מיר איינער אפשר מאכן די חשבון ווי אזוי פון 70 נפשות ובתוכם יעקב מיט די שבטים קומט ארויס אין 17 יאר 600,000 נפשות? נישט אז חלילה איך האב א ספק אין דעם נאר אויב איז שייך וואלט איך געוואלט זען א שטיקעל חשבון
לעצט פאראכטן דורך jkup50 אום זונטאג דעצמבער 12, 2010 2:17 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
יאנקעל די פופציגער

אנאליזירער
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 23, 2010 5:59 pm

תגובהדורך אנאליזירער » זונטאג דעצמבער 12, 2010 2:04 pm

ס' בכרס א'.

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » זונטאג דעצמבער 12, 2010 2:17 pm

אנאליזירער האט געשריבן:ס' בכרס א'.

סשטימט נישט
יאנקעל די פופציגער

יענקל פאטאש
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מאנטאג דעצמבער 18, 2017 1:13 pm

אן אינטערעסאנטע שטיקל אוה"ח הק'
ויגש.JPG
ויגש.JPG (19.81 KiB) געזעהן 370 מאל

קומט אויס אז די לב מלכים ושרים ביד השם איז מלכים ושרים דוקא ווייל די שרים קענען פארדרייען דו קעניג'ס לב.


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט